א פרישע מאסן שיסעריי האט נעכטן פאסירט אין אמעריקע, דאסמאל אין טעקסאס ווען א פארשוין האט געעפנט פייער אויף אנוועזנדע אין א געבעט צערעמאניע אין די לאקאלע קירכע אין סאטערלאנד ספרינגס, א קליינע שטאט אין טעקסאס מיט זיבן הונדערט איינוואוינער. דער שיסער איז געווען פארמישט אין א לאקאלע פאמיליע קאנפליקט.

דער פארשוין האט אריינגעשטורעמט ארום 11:30 אינדערפרי אינעם קירכע, פאר׳ן אריינגיין אינעווייינג האט ער דערשאסן צוויי מענטשן פארנט פונעם קירכע, און דאן געעפנט פייער אויף די פארזאמלטע אינעווייניג וועלכע האבן זיך געציילט אין עטליכע צענדליגע, און פילע זענען אומגעקומען אויפ׳ן פלאץ און אנדערע זענען געבליבן שווער פארוואונדעט. ווען די שיסער איז ארויס האט זיך אנטפלעקט די שוידערליכע בילד פון 26 טויטע, און נאך ארום 24 פארוואונדעטע, טייל פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

באלד נאכ׳ן אראפשיסן כמעט יעדן איינעם אינעם קירכע איז ער ארויסגעלאפן פונעם קירכע, און א ארטיגער איינוואוינער האט אים קאנפראנטירט מיט זיין רייפעל, אבער ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין טרעקל און אפגעפארן, אבער נאך א קורצע רייזע איז זיין טרעקל אראפ פון שאסיי און ער איז געפונען געווארן אינעווייניג טויטערהייט, פאליציי שאצט אז ער האט זיך אומווילנדיג געשעדיגט פון זיינע אייגענע קוילן.

14 פון די אומגעקומענע זענען קינדער, און צווישן די אומגעקומענע געפונען זיך 8 קרבנות וועלכע זענען מיטלידער אינעם זעלבן פאמילע, און אין עטליכע מינוטן זענען דריי גענעראציעס פון די זעלבע פאמיליע אפגעווישט געווארן, דאס רעכנט אריין א 70 יעריגע זיידע און א 1 יעריגע אייניקל.

דער שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 26 יעריגער דעווין פעטריק קעלי, א וועטעראן פון די אמעריקאנער עיר פארס. ער איז אין די פאראנגענהייט פאראורטיילט געווארן צו א יאר פון מיליטערישע טורמע נאכ׳ן אטאקירן זיין ווייב און קינדער, ער האט צוליב דעם נישט געקענט קויפן א ביקס אין טעקסאס, און אויטאריטעטן פארשן וויאזוי ער האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף א רעוואלווער.

בילד: מאסן שיסעריי אין טעקסאס לאזט איבער 26 טויטע און 24 פארוואונדעטע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל