אנגעצויגנקייט צווישן איראן און סאודי אראביע איז געשטיגן צו געפארפולע שטאפלן נאכדעם וואס די הוטי רעבעלן אין תימן האבן פרובירט צו שיסן א מיסיל צום אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין ריאד, די הויפטשאט פון סאודי אראביע, די מיסיל איז באצייטנס פארכאפט געווארן און אנידערגעשאסן געווארן דורך די סאודיער לופטקרעפטן. אבער דאס האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די העליקאפטער קראך איז אויך געווען א אקציע פון די פרא-איראנער הוטי קעמפער וועלכע קעמפן אין תימן.

דאס איז געקומען א טאג איז א וויכטיגער סאודישער פרינץ אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך דער פרינץ מאנסור בין מוקרין וועלכער האט געדינט אלס א גאווערנער אינעם אסיר ראיאן אין סאודי אראביע, איז אומגעקומען אינעם קראך, און דערווייל איז אומקלאר וואס האט געפירט צום קראך, און עס זענען דא שפעקולאציעס אז דאס איז אויך געווען א מיסיל אטאקע פון די הוטי רעבעלן

די אינצידענטן האבן פילפאכיג פארשארפערט די באציאונגען צווישן איראן און סאודי אראביע. סאודי אראביע באטראכט די הוטי קעמפער אלס דירעקטע קעמפער פון איראן וועלכע נעמען באפעלן פון טעהראן, און סאודי אראביע האט עס באצייכנט אלס ״אקט פון קריג״ און אז די קענגירייך וועט אויסנוצן איר מאכט זיך צו באשיצן. די אינצידענט איז ערווארטעט צו ברענגען נאך שארפערע אקציעס פון סאודי אראביע אין תימן ווי די ציווילע קריג האט שוין אומגעברענגט פילע טויזנטער.

בילד: באנייעטע אנגעצויגנקייט צווישן סאודי אראביע און איראן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל