בערלין – א מוזעאום אין דייטשלאנד האט געעפנט א ספעציעלע אפטיילונג, אין וועלכע עס ווערט ארויסגעשטעלט פאר'ן פובליק צו זעהן פארשידענע טייערע מאלערייען וואס האבן באלאנגט פאר אידן בעפאר'ן קריג און זענען קאנפיסקירט געווארן דורך די נאציס ימ"ש. די זאמלונג פון ארום 250 מאלערייען זענען געווען באהאלטן לאנגע יארן נאכ'ן קריג, און מען האט אויפגעדעקט פערצופאל אין יאר 2012, אין א היים וואס האט באלאנגט פאר'ן דייטשן זאמלער קארניליעס גורליט. ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן פאר'ן פובליק איבער די זאמלונג אין יאר 2013, האט עס געברענגט אויפברויז, וויבאלד מען האט געהערט אז די דייטשע אויטאריטעטן האבן געוואוסט פונעם זאמלונג פאר מער ווי א יאר, און האבן נישט דערציילט פאר קיינעם דערפון. אצינד ווערן די טייערע מאלערייען ארויסגעשטעלט פאר'ן פובליק צו זעהן, און אקטיוויסטן זאגן אז די דייטשע רעגירונג האט א פליכט נאכצוגיין פאר וועלכע אידן די מאלערייען האבן אריגינעל באלאנגט.

בילד: דייטשע-גערויבטע מאלערייען אין מוזעאום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל