טאקיא – ווי שוין נעכטן געמאלדן, האט פרעזידענט טראמפ געלאנדעט אין יאפאן, אנהייבנדיג דערמיט זיין לענגערע רייזע אינעם אזיאנער קאנטינענט, וואו ער וועט באזוכן עטליכע לענדער, און דער באזוך אין יאפאן איז נעכטן אריבער גאר פריינטליך און ווארעם. טראמפ האט צוערשט באזוכט עטליכע טויזנט אמעריקאנער טרופן וועלכע זענען סטאנציאנירט אין די יאפאנעזער יאקאטע מיליטערישע באזע, וואו ער האט געגעבן א רעדע זיך צו באדאנקען פאר די טרופן און זייער סערוויס צו האלטן אמעריקע און אירע אינטערעסן פארזיכערט. זונטאג איבער'ן טאג האט פרעזידענט טראמפ מערסטנס פארברענגט מיט'ן יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי, שפילנדיג מיט אים אינאיינעם "גאלף", דורכאויס וועלכע זיי האבן איינער דעם צווייטן שטארק אויסגעלויבט פאר די אנוועזנדע רעפארטערס. טראמפ האט אויך געגעבן אן אינטערוויו פאר איינס פון די גרעסטע נייעס קאנאלן אין יאפאן, אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער איז אפן פאר די מעגליכקייט זיך אראפצוזעצן דירעקט מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן, אבער ער פארשטייט אז עס איז נאך צו פרי צו רעדן פון אזא זיצונג.

בילד: טראמפ אין פריינטליכע באזוך אין יאפאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל