בעלגיע – קארלאס פוזשעמאנט, וועלכער איז געווען פרעזידענט אין קאטאלאניע ביז מיט צוויי וואכן צוריק, האט נעכטן זיך אונטערגעגעבן פאר די אויטאריטעטן אין בעלגיע, וועלכע וועלן יעצט באשליסן צי זיי זאלן אים אויסליפערן קיין שפאניע. פוזשעמאנט האט אנגעפירט מיט'ן קאטאלאניע רעפערענדום צו ווערן זעלבסטשטענדיג פון שפאניע, וואס די שפאניער רעגירונג האט אויסגעדרוקט גרויס קעגנערשאפט דערצו. אלס רעזולטאט פונעם רעפערענדום, האט די שפאניער צענטראלע רעגירונג איבערגענומען קאנטראל פון קאטאלאניע און ארויסגעווארפן פוזשעמאנט פון אמט, און דאן איז פוזשעמאנט אנטלאפן אינאיינעם מיט 4 אנדערע ארויסגעווארפענע מיניסטארן, אנטלויפנדיג פון קאטאלאניע קיין בעלגיע, זוכנדיג שוץ דארטן. שפאניע זאגט אז זיי זוכן צו שטעלן פוזשעמאנט און די אנדערע אויף א געריכט פראצעס פאר פארראט און אנדערע קלאגעס, אבער ביז יעצט האט פוזשעמאנט געזאגט אז ער וועט זיך נישט אונטערגעבן. למעשה נעכטן האבן פוזשעמאנט און די אנדערע געוועזענע מיניסטארן אריינשפאצירט אין א בעלגישע פאליציי סטאנציע און זיך אונטערגעבן. יעצט דארף די בעלגישע רעגירונג באשליסן צי זיי ווילן אויסליפערן די 5 קיין שפאניע.

בילד: אנטלאפענער קאטאלאניע פירער געבט זיך אונטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל