סאודי אראביע – ווידעראמאל האט די מלוכה אין סאודי אראביע געכאפט א טרייסל, ווען מער ווי צען פרינצן, 4 מיניסטארן און צענדליגער געוועזענע מיניסטארן, זענען ארעסטירט געווארן אין א מאסיווע סעריע ארעסטן איבער'ן לאנד. די ארעסטן זענען דורכגעפירט געווארן דורך סאודיער אפיצירן וועלכע זענען אונטער'ן קאנטראל פון די ניי-געגרינדעטע "אנטי-קארופציע מיניסטעריום" וועלכע דער סאודיער קעניג סאלמאן האט געגרינדעט געציילטע שטונדן בעפאר'ן די ארעסטן זענען דורכגעפירט געווארן, און קעניג סאלמאן האט געשטעלט זיין זוהן, קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן, אנצופירן די נייע מיניסטעריום.

צווישן די מאסן ארעסטן, האט ארויסגעשטארט דאס וואס עס איז ארעסטירט געווארן דער סאודיער פרינץ אלוואליד בין טאללאל, וועלכער איז פון די וועלט'ס גרעסטע ביליאנערן און אינוועסטירער אין די גרעסטע פירמעס אין ביזנעסער, אנגעהויבן פון "סיטי-גרופ" און געענדיגט ביי "טוויטער" און "ליפט", און אויך טוט שוין בין טאללאל געשעפטן מיט אזעלכע פיגורן ווי ביל געיטס און מייקל בלומבערג לאנגע יארן.

די ארעסטן ווערן באטראכט אלס א שריט פונעם רעלאטיוו-נייעם קרוין פרינץ בין סאלמאן, וועלכער וויל פארשטארקערן זיין מאכט און קאנטראל, דורכ'ן פטור ווערן פון אלטע פיגורן.

בילד: סאודיער מלוכה צעשאקלט מיט מאסן ארעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל