לאנדאן – נעכטן זענען פארעפנטליכט געווארן 13.4 מיליאן דאקומענטן, אין וועלכע עס ווערט אויפגעדעקט פארשידענע סודות פון די וועלט'ס רייכסטע אינדיווידועלן, און וויאזוי זיי טוען פארשידענע שריט צו באהאלטן זייערע רייכטומען און אויסמיידן פון באצאלן שטייערן.

די "פאראדייס פאפירן", וואס אזוי ווערט באצייכנט די פרישע פובליקאציע פון די מיליאנען דאקומענטן, איז ארויסגעליעקט געווארן צום פובליק דורך די "אינטערנאציאנאלע קאנסארטיום אוו אינוועסטיגעיטיוו זשורנאליסטס", וואס די ארגאניזאציע איז אויך געשטאנען אונטער די באקאנטע "פאנאמא פאפירן".

זשורנאליסטן און מידיא ארגאניזאציעס האבן ערשט נעכטן אנגעהויבן נישטערן און טרעפן די פארשידענע סודות און אינטערעסאנטע דעטאלן אין די "פאראדייס פאפירן", אבער עטליכע אויפדעקונגען זענען שוין געמאכט געווארן, הויפטזעכטליך איבער'ן איינפלוס און רייכטום פון די רוסישע רעגירונג.

ערשטנס זעהט מען אז פרעזידענט טראמפ'ס קאמערץ סעקרעטאר ווילבאור ראסס, איז א שותף אין א שיפינג פירמע וועלכע האט אין די לעצטע 3 יאר פארדינט מער ווי 68 מיליאן דאלער, פון א רוסישע אויל פירמע וועלכע איז אונטער'ן אייגענטום פון פוטין'ס איידעם, און די אויל פירמע איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס.

אויך דעקן די דאקומענטן אויף אז צוויי רוסישע רעגירונג אגענטורן האבן אינוועסטירט ביליאנען דאלארן אין די אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמע "טוויטער" און "פעיסבוק", נוצנדיג אלס שליח דעם רוסישן ביזנעסמאן יורי מילנער, וועלכער איז א ביזנעס שותף מיט טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער.

צווישן אנדערע אויפדעקונגען, זעהט מען אז די בריטישע קעניגין האט באהאלטן 13 מיליאן דאלער פריוואטע פארמעגנס אין אויסלענדישע אקאונטס, אויסצומיידן פון צאלן שטייערן, און אויך איז א נאנטער געהילף פונעם קאנאדישן פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא פארוויקלט.

די "פאנאמא פאפירן" האבן אין זייער-צייט געברענגט א מאסיווע קייט-רעאקציע פון געשעענישן, אריינגערעכנט רעזיגנאציעס פון פירער אין אייסלאנד, שפאניע, אוקריינע, פאקיסטאן און נאך. עס בלייבט איבער צו זעהן וואספארא געשעענישן וועלן נאכפאלגן די אויפדעקונג פון די "פאראדייס פאפירן".

בילד: "פאראדייס פאפירן" דעקן אויף סודות פון וועלט'ס רייכסטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל