וואַשינגטאָן. — נאַציאָנאַלע וועטער-פאָראויסשאַצער זאָגן שוין פאָראויס, אַז רוב פון אַמעריקע וועט האָבן נאָך אַ "וואַרימער" ווינטער דאָס יאָר, הגם נישט אַזוי וואַרים אָדער טרוקן ווי עס איז געווען די פאַרגאַנגענע צוויי יאָר.
די נאַציאָנאַלע ים און אַטמאָספערע אַדמיניסטראַציע האָט אַרויסגעגעבן די וואָך איר וועטער-אויסקוק פאַר'ן ווינטער וואָס צייגט אויף אַ העכערן שאַנס פאַר אַ וואַרימערן ווינטער אין רוב אַמעריקע, פון געוויסע טיילן אין קאַליפאָרניע אַריבער ביז די מזרח-זייט קיין מעין.
אויפ'ן פאַרקערטן (קאַלטן) עק פונעם 'פאָרקעסט', ערוואַרט עס צו זען קילערע ווי געווענליך טעמפּעראַטורן אום ווינטער פאַר דרום–אַלאַסקאַ, דער פּאַציפישער צפון-מערב, און פאַר סטעיטס לענגאויס די גרעניץ גרעניץ מיט קאַנאַדאַ ביז פאָראויס צו מזרח קיין מינעסאָטאַ.
די גרעסטע אויסווירקונג כוח אויפ'ן איצטיגן וועטער איז דער א.ג. "לאַ נינאַ" פענאָמענען וואָס קען זיך אַנטוויקלען דעם קומענדיגן חודש, שוין צום צווייטן יאָר אין די רייע. "לאַ נינאַ" איז דאָס פאַרקערטע פון "על נינאָ" און באַדייט אַן אָפּקילונג פונעם צענטראַל-פּאַציפישן ים. די צוויי פענאָמענאַן שטעלן אויס די וועטער שטריכן אַרום די וועלט, ווי קאַלט אָדער הייס און ווי טרוקן אָדער פייכט עס זאָל זיין. "לאַ נינאַ" ווינטערס האָבן מער שטורעמס וואָס קומען פון מערב און פון צפון, אַנשטאַט פונעם גאָלף אָוו מעקסיקאָ אָדער פון דער מזרח זייט ים.
מייק האַלפּערט, דעפּיוטי דירעקטאָר פון די אַדמיניסטראַציע'ס קלימאַט פאָראויסזאָגונג צענטער, האַלט אַז אויב עס פאָרמירט זיך אַ "לאַ נינאַ" וועט דאָס זיין אַ שוואַכער און אַ קורצער, אָבער עס וועט נאָך אַלץ אויסשטעלן דעם כאַראַקטער פונעם קומענדיגן ווינטער.
געווענליכע "לאַ נינאַ" ווינטערס ברענגען העכער ווי נאָרמאַלע פייכטקייטן און קאַלטערע ווי די דורכשניטליכע טעמפּעראַטורן פאַר'ן צפון עק פון אַמעריקע, און ווידעראום פאַרקערט, אונטער די נאָרמאַלע פייכטקייט און טרוקענערע אומשטענדן פאַר דרום.
כאָטש די פאַרגאַנגענע צוויי ווינטערס זענען געווען וואַרימער ווי נאָרמאַל, האָבן געוויסע טיילן פון לאַנד אויך געהאַט גרויסע שניי שטורעמס. אָבער דער איצטיגער ווינטער-אויסקוק זאָגט נישט פאָראויס קיין צו גרויסע שטורעמס אָדער אויסערגעווענליכע שנייען.

הוסף רשומת תגובה