ניו יאָרק. — רעגירונג פאָראויסזאָגער און לאָקאַלע ענערגיע קאָמפּאַניעס האָבן שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז סיי–וועלכע ברענשטאָף מען וועט נוצן — אויל, נאַטירליכע–גאַז, עלעקטריק אָדער פּראָפּעין — וועט עס קאָסטן אַביסל מער דעם ווינטער צו האַלטן דאָס הויז באַקוועם.

דער שולד ווערט אָנגעלייגט, אויף אַ קאָמבינאַציע פון פּרייז–העכערונגען און ערוואַרטונגען פון אַ קאַלטן ווינטער נאָכפאָלגענדיג דאָס לעצטע–יאָר'ס רעלאַטיוו מילדער סעזאָן. די וועטער פאָראויסשאַצונג איז געגעבן געוואָרן מיט עטליכע וואָכן צוריק, כאָטש אַנדערע נאַציאָנאַלע וועטער-פאָראויסשאַצער זאָגן יעצט אַז עס וועט זיין אַ מילדער ווינטער (זעה וועטער-פאָראויסשאַצער זאָגן פאָראויס אַ "וואַרימער" ווינטער אין רוב טיילן פון לאַנד).

וויפיל מער זאָל ערוואַרטן צו באַצאָלן פאַר הייצונג דעם ווינטער?

די "יו–עס ענערדזשי אינפאָרמעישאָן אַדמיניסטרעישאָן" (אי–איי–עי) שאַצט אַז די וואס נוצן הייצונג–אויל וועלן באַצאָלן אַ דורכשניט פון 17 פּראָצענט מער ווי דעם פאַרגאַנגענעם ווינטער. נאַטירליכע–גאַז קאָסטומערס וועלן באַצאָלן צאָלן 12 פּראָצענט מער, עלעקטריק קאָסטומערס — 8 פּראָצענט מער, און פּראָפּעין באַנוצער — 11 פּראָצענט מער.

די פאָראויסשאַצונג פון "אי–איי–עי" איז אַ נאַציאָנאַלע דורכשניט, און געוויסע לאָקאַלע קאָסטן וועט זיין העכער אָדער נידריגער. צום ביישפּיל, "אָרענדזש ענד ראַקלענד יוטיליטיעס" ערוואַרטעט אַז אירע חודש'ליכע בילס פאַר נאַטירליכע–גאַז קאָסטומערס וועלן זיין 5.8 פּראָצענט העכער ווי דעם פאַרגאַנגענעם ווינטער, אָבער עלעקטריק בילס וועט זיין 14 פּראָצענט העכער.

"פּאָרקאָו ענערדזשי קאָרפ" אין מאַרלבאָראָ פאַרקויפט הייצונג–אויל פאַר 2.59 דאָלער אַ גאַלאָן, וואָס איז מיט 50 צענט מער — אַרום 24 פּראָצענט — ווי דער צייט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר. "פּאָרקאָו" האט געזאָגט, אַז דאָס קומט צוליב אַ העכערונג אין די פּרייז פון רויע–אויל. עס וועט קאָסטן היים–אייגענטימער אַרום 712 דאָלער אָנצו פילן אַ 275 –גאַלאָן טאַנק דאָס–יאָר אין פאַרגלייך צו 575 דאָלער דעם פאַרגאַנגענעם יאָר.

די פירמע זאָגט, אַז קאָסטומערס וועלכע זענען באַזאָרגט איבער פּאָטענציעלע פּרייז העכערונגען, קענען קויפן זייער ווינטער–סופּליי פון פאָראויס. ער האָט געזאָגט, אַז עס איז דאָ אַסאַך פון אינווענטאָרי דעם ווינטער, אַזוי אַז עס איז נישט צו ערוואַרטן קיין גרויס פּרייז העכערונגען.

גלייכצייטיג האָט ער געראָטן קאָסטומערס, צו האָבן זייער אויוון אונטערזוכט און צוגעגרייט, סיי פאַר ענערגיע–עפעקטיווקייט און סיי פאַר זיכערקייט. "דאס איז די בעסטע צייט פון יאָר צו מאַכן זיכער אַז אַלעס אַרבעט גוט", האָט ער באַטאָנט.

באַאַמטע אין 'ריקע"פּ' — אַן אַנטי-פּאַווערטי אַגענטור אין אָרענדזש–קאַונטי — זענען באַזאָרגט אַז פילע הייזער אין אָרענדזש–קאַונטי שטעט זענען אַלט און זענען שוואַך אינסולירט. די סאָרט הייזער זענען אָפט באַוואוינט דורך לאָו–אינקאָם פאַמיליעס און עלטערע–לייט.

דזשאַן וועטסאָן-ליע, דער ענערגיע-קאָנסערוועישאָן דירעקטאָר פון 'ריקע"פּ' זאָגט, אַז רעלאַטיוו ביליגע מיטלען ווי אינסטאָלירן "וועטער–סטריפּינג" ביי די טיר און פענסטער, "לעד" באָלבס און וואַשן קליידער אין קאַלטע וואַסער קענען שפּאָרן אַזויפיל ווי 100 דאָלער אַ יאָר.

די אַגענטור באָט אָן אַן אויסוואַל פון היים–אויסבעסערונג מיטלען צו העלפן איינוואוינער רעדוצירן ענערגיע–באַנוץ און שפּאָרן געלט אויף הייצונג און אָפּקילונג בילס.

די אַגענטור'ס "וועטעריזעישאָן עסיסטענטס פּראָגרעם" (ווי–עי–פּי) באָט אָן גרענטס דורך די פעדעראַלע ענערדזשי דעפּאַרטמענט צו פאַרבעסערן היים ענערגיע עפעקטיווקייט, דורך נוצן די לעצטע טעכנאָלאָגיע אין ענערדזשי אַפּגרעידס. זייט די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן אין 76 ', האָט די ענערדזשי דעפּאַרטמענט געהאָלפן פאַרבעסערן דאָס לעבן פון מער ווי 7 מיליאָן פאַמיליעס דורך רעדוצירן זייער ענערגיע באַנוץ און בילס. די וואָס וואוינען אין געדונגענע הייזער קענען אַפּלייען אינעם נאָמען פון די לענדלאָרדס. סערוויסעס נעמען אַריין אָן-סייט ענערגיע באַנוץ בילדונג, וואָס גיט די איינוואוינער איינפאַכע עצות וויאַזוי צו נידערן זייערע הייצונג און עלעקטריק בילס.

די וועטעריזעישאָן פּראָגראַם פון 'ריקע"פּ' העלפט איינוואוינער רעדוצירן ענערגיע קאָסטן און פאַרבעסערן די זיכערקייט פון זייערע הייזער דורך פאַרריכטן, מאָדיפיצירן אָדער ערזעצן קוואַליפיצירטע היים–עלעמענטן. צו זען אויב מען איז באַרעכטיגט דערצו, דאַרף מען דורכגיין אַן "ענערגיע אָודיט", ווען באַאַמטע קומען אַראָפּ אינספּעקטירן דעם היים. די פאַרבעסערונג מיטלען נעמען אַריין אין אַלגעמיין ענערגיע עפעקטיוו לעקטערס, אַ געזונטהייט און זיכערהייט אונטערזוכונג פאַר די עקזיסטירנדע גאַז–אויסרינונגען און קאַרבאָן–מאָנאָקסייד, ריכטיגע ווענטינג פון הייצונג–אויווענעס, בוילערס און הייסע וואַסער הייצערס. עס ערלויבט אויך די אינסטאָלירונג פון קאַרבאָן–מאָנאָקסייד און סמאָוק–דעטעקטאָרס. ענערגיע אַודיט געפינסן קען ברענגען אַ נויט פאַר בוידעם און קעלער דאַך אינסולעישאָן, אינסטאָלירונג פון ענערגיע עפעקטיווע לעקטערס, נידעריג-פלוס שאָווער–קעפּ, און פּייפּ אינסולעישאָן.

אַנדערע אויסבעסערונגען קען אויך אַרייננעמען דאָס פאַרריכטן אָדער ערזעצן הייצונג סיסטעמען און הייסע וואַסער טאַנקען, געוואָנדן אינעם עלטער און צושטאַנד. אויך ווערט אָנגעבאָטן דורך 'ריקע"פּ', די "עמפּאַוער ענערדזשיע עפישענס פּראָגרעם" דורך וועלכע קוואַליפיצירטע איינוואוינער קענען באַקומען נייע פרידזשידערס און פריזער וועלכע זענען שוין עלטער פון צען יאָר, אָדער די וועלכע ווערן פאַררעכנט אַז זיי פאַרנוצן צופיל לעקטער. מען קען נאָר באַקומען נייע אַפּלייענעס אויב עס איז צו ערזעצן אַלטע.

אַן אַנדערע סערוויס וואָס ווערט אָנגעבאָטן, איז "היטינג עקוויפּמענט ריפּער ענד ריפּלעיסמענט" (עיטש–אי–אַר–אַר) צו פאַרגרינגערן דאָס פאַרריכטן אָדער ערזעצן פון הייצונג–אויווענעס, בוילערס, און אַנדערע דירעקטע הייצונג באַשטאַנדטיילן צו האַלטן אין פונקציע די היים'ס הויפּט הייצונג קוואַל. היים–אייגענטימער מוזן וואוינען אין די הויז. דער פּראָגראַם איז אַ געמיינזאַמע אונטערנעמונג צווישן 'ריקע"פּ' און די סאָשעל דעפּאַרטמענט סערוויסעס.

די הילף איז אומזיסט פאַר באַרעכטיגטע פאַמיליעס. איינוואוינער וועלכע באַקומען "עס–עס–איי", פּאָבליק–אַסיסטענטס, פוד–סטעמפּס, אָדער 'היע"פּ' בענעפיטן קענען זיין באַרעכטיגט דערצו.

בילד: ווינטער הייצונג קאָסטן קענען שטייגן דאָס–יאָר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל