אָלבאַני. — פאָרשער באַריכטן אַז די סעזאָנאַלע פלו–אימוניזאַציע ראַטע ביי קינדער איז עטוואָס געפאַלן נאָכדעם וואָס דער "סענטער פאָר דיזיעז קאָנטראָל" האָט רעקאָמענדירט קעגן די נאָז–איינשפּריץ ווערסיע פון די וואַקסין.

עס איז אָבער נישט בלויז דער פּרואוו צו פאַרמיידן אַ נידל וואָס האַלט אָפּ מענטשן פון נעמען די רעקאָמענדירטע וואַקסין. פאָרשער האָבן געטראָפן אַז ביז אַ העלפט אַמעריקאַנער טוישן זייער מיינונג איבער די פלו וואַקסין פון יאָר צו יאָר.

איינע פון די פאָרשער זאָגט: עס קוקט אויס אַז מענטשן זענען נישט צו שטאַרק פאַר דעם וואַקסין אָדער צו שטאַרק אַנטקעגן דעם וואַקסין. אויב עס איז זיי באַקוועם וועלן זיי דאָס נעמען, און אויב עס איז נישט באַקוועם וועלן זיי נישט אַרויסגיין פון וועג דאָס צו באַקומען.

די פאָרשער זאָגן אַז באַקוועמליכקייט איז געווען דער הויפּט מאַרקעטינג פּונקט פאַר די נאָז איינשפּריץ פאָרעם פון די פלו וואַקסין. עלטערן האָבן זיך אָפט מאָל צוגעכאַפּט צו געבן פאַר זייערע קינדער די נאָז איינשפּריץ, זעענדיג דעם פאָרעם אַלס גרינגער און ווייניגער ווייטאָגליך ווי דער נידל פאָרעם. אין אָנהויב, האָבן שטודיעס פאָרגעשלאָגן אַז דער נאָז איינשפּריץ איז אויך מער ווירקזאַם פאַר יונגע קינדער ווי דער נידל איינשפּריץ.

אָבער ביים יאָר 016 ', האָבן פרישע שטודיעס געטראָפן אַז די נאָז איינשפּריץ איז אייגנטליך ווייניגער ווירקזאַם ווי די נידל פאָרעם צו פאַרמיידן די H1N1 שטריך פון די פלו. דאָס האָט געברענגט דעם צענטער פאַר דיזיעז קאָנטראָל צו טוישן זייער רעקאָמענדאַציע אַנטקעגן דעם נאָז איינשפּריץ פאָרעם.

די פאָרשער זאָגן: מיר האָבן געוואָלט פאַרשטיין וואָס עס האָט פּאַסירט צו די וואַקסיניזאַציע ראַטע מיט די נייע רעקאָמענדאַציע. צי וועט די נייע רעקאָמענדאַציע אַנטקעגן דעם נאָז איינשפּריץ צעשטערן מענטשן'ס קאָנפידענץ אין די פלו וואַקסין אין אַלגעמיין, אָדער וועט דאָס בלויז מאַכן אַז ווייניגער זאָלן דאָס נעמען צוליב דעם וואָס זיי דאַרפן באַקומען דערפאַר אַ נידל?

צו ענטפערן די פראַגעס, האָבן די פאָרשער אַנאַליזירט די וואַקסיניזאַציע ראַטעס ביי מער פון ניין און אַ האַלב טויזנט קינדער, פון צוויי ביז זיבעצן יאָר אַלט, דורכאויס דריי נאָכאַנאַנדיגע פלו סעזאָנען, אָנגעהויבן אין יאָר 014 '. די רעזולטאַטן צייגן אַז ווייניגער קינדער האָבן באַקומען דעם וואַקסין זינט מ'האָט אויסגעשלאָסן דעם נאָז איינשפּריץ.

די טאָטאַלע ראַטע פון וואַקסינס ביי קינדער אין דעם 17 ' 16- ' פלו סעזאָן איז געפאַלן מיט 1.6 פּראָצענט קעגן אַ יאָר פריער. אויף אַ נאַציאָנאַלן שטאַפּל מיינט דאָס אַז 1.2 מיליאָן ווייניגער קינדער האָבן באַקומען די וואַקסין.

בילד: ווייניגער קינדער זענען וואַקסינירט געוואָרן קעגן די פלו אָן די נאָז–איינשפּריץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל