אָלבאַני. — אין אַ פריידיגע אַנטוויקלונג, האָט גאָווערנאָר ענדרו קואָמאָ געמאָלדן, אַז פּריוואַטע שולעס און דעי–קעיר צענטערן אין ניו יאָרק סטעיט, וואָס נעמט אַריין ישיבות און מוסדות התורה, וועלכע זענען אין אַ געפאַר פאַר העסליכע אַטאַקעס קענען אַריינגעבן ספּעציעלע אַפּליקאַציעס צו באַקומען סטעיט פאָנדן פאַר זיכערהייט פאָנדן.
גאָווערנאָר קואָמאָ זאָגט, אַז די סטעיט פאַרמאָגט 25 מיליאָן דאָלאַר פאַר די "פאַרזיכערונג פון קאָמיוניטיס קעגן האַס פאַרברעכנס" פּראָגראַם, וועלכע שטעלט צו פאָנדן פאַר אינסטיטוציעס צו פאַרמיידן אַטאַקעס צוליב זייער אידעאָלאָגיע און גלויבונגען. באַרעכטיגטע אָרגאַניזאַציעס טוט איינשליסן נאָן–פּראַפיט פּריוואַטע שולעס און דעי–קעיר צענטערן, אַריינגערעכנט די וואָס געפינען זיך אינערהאַלב קאָמיוניטי צענטערן און אין מוזעאומס.
די 'גרענט' — וואָס ווערט פאַרטיילט דורך די סטעיט "האָומלענד סעקיוריטי עידזשענסי" — וועט צושטעלן אַזויפיל ווי 50 טויזנט דאָלאַר פאַר זיכערהייט פאַרבעסערונגען, ווי טרענירונג, קאַמערעס און אַנדערע טעכנאָלאָגיע, און בעסערע טויערן און באַלייכטונגען. אָרגאַניזאַציעס וועלכע פאַרמאָגן מער פון איין געביידע, קענען אַריינגעבן אַזויפיל ווי דריי אַפּליקאַציעס פאַר אַ סך–הכל פון 150 טויזנט דאָלאַר.
אין אַ סטעיטמענט ביים מעלדן די ספּעציעלע געלטער, האָט דער גאָווערנאָר געזאָגט אַז "די סטעיט האָט "זעראָ טאָלעראַנץ" פאַר די וואָס ווילן אונז צוטיילן און די וואָס האָבן אונז פיינט, וואָס מיט די אַקציע וועט מען האָבן אַ זיכערע ניו יאָרק", אַרויסברענגענדיג אַז די געלטער ווערן צוגעשטעלט אַלס דירעקטע רעאַקציע צו די געפאַרפולע פאַרמערונג פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן וואָס מען זעהט אין די לעצטערע מאָנאַטן.
פילע רעליגיעזע גרופּעס, ישיבות און מוסדות התורה, האָבן אויסגעלויבט דעם גאָווערנאָר'ס מעלדונג, זאָגנדיג אַז די האָפענונג איז אַז דער גרענט וועט העלפן דעקן דעם לאָך וואָס איז איבערגעלאָזט געוואָרן דורך די פעדעראַלע היימלאַנד זיכערהייט אַגענטור 'גרענט', וועלכע האָט אויסגעשלאָסן ישיבות אין ראַקלענד קאַונטי און אין אַנדערע טיילן פון ניו יאָרק סטעיט פון קענען געניסן פון דעם פּראָגראַם.
דער סטעיט פּראָגראַם וועט דעקן אַלע אינסטיטוציעס איבער די סטעיט, אַנדערש ווי די פעדעראַלע גרענט, און וועט געבן אַ געלעגנהייט פאַר אַלע ישיבות צו קענען אַריינגעבן פאַרלאַנגען צו געניסן דערפון צו פאַרבעסערן די זיכערהייט פון די קינדער און אַלע אָנגעשטעלטע ביי די פּלעצער. די קואָמאָ אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז דער דעדליין אַריינצוגעבן אַפּליקאַציעס איז קומענדיגן דעצעמבער 18 למספרם.

הוסף רשומת תגובה