יאפאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאנדעט אין יאפאן, אנהייבנדיג זיין לענגערע רייזע אין אזיע, ביי וועלכע ער וועט באזוכן דרום קארעא, כינע, וויעטנאם, די פיליפינען און נאך. היות די רייזע קומט אין א צייט וואס די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא איז אויפ'ן העכסטן פארנעם פון לאנגע יארן, דערווארט מען אז די טעמע וועט זיין דער הויכפונקט פון דעם באזוך.

פרעזידענט טראמפ וועט אנטיילנעמען ביי א האנדלס סאמיט אין וויעטנאם, און וועט זיך טרעפן מיט די פרעזידענטן און פירער פון די אלע לענדער וואס ער וועט באזוכן, הויפטזעכטליך קוקט מען ארויס אויפ'ן צוזאמטרעף מיט'ן קוריאזן פיליפינער פירער, ראדרידא דוטארטעי, און נאך א הויכפונקט וועט זיין א צוזאמטרעף מיט'ן רוסישן פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, ווי מען האט נעכטן געהערט.

בילד: פרעזידענט טראמפ אויף היסטארישע רייזע לענגאויס אזיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל