סאודי אראביע – דער מיטל מזרח ראיאן האט נעכטן געכאפט א פרישן שאקל, ווען דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט שאקירט יעדן איינעם און געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט. הארירי איז אנטלאפן קיין סאודי אראביע און האט דארטן געמאלדן זיין רעזיגנאציע, זאגנדיג אז ער טוט דאס ווייל ער שפירט אז ער האט נישט געהאט קיין שום מאכט, וויבאלד כיזבאלא און איראן האבן שטילערהייט די פולע קאנטראל אויף דער לבנון רעגירונג. הארירי איז פאראיאר געווארן פרעמיער מיניסטער אין לבנון, אריינקומענדיג אין דער רעגירונג וואס נעמט אריין כיזבאלא אלס אן אפיציעלע רעגירונג מיטגליד, און דאס האט באלד געשאפן ערנסטע קאמפליקאציעס און געפעכטן, נעמענדיג אין באטראכט אז הארירי איז א סונישער מוסולמענער, אליאירט מיט סאודי אראביע, און כיזבאלא איז א שאיאטישע מוסולמענער גרופע, אליאירט מיט סאודי אראביע'ס ארכי-שונא איראן. אין זיין רעדע וואו ער האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, האט דער לבנון פרעמיער מיניסטער הארירי גאר שארף אראפגעריסן איראן, זאגנדיג אז איראן פארשפרייט איר פארפּעסטיגטן איינפלוס אינעם מיטל מזרח און מ'מוז דאס אפשטעלן. אצינד איז לבנון געווארן אומדירעקט דער פראנט פאר'ן אנגייענדיגן קאמף צווישן סאודי אראביע און איראן.

בילד: מיטל מזרח שאק: לבנון פרעמיער רעזיגנירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל