טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן אפגעהאלטן א מאסיווע נאציאנאלע ראלי, אפצוצייכענען דעם יארטאג פון ווען די איסלאמישע רעוואלוציע אין איראן האט זיך אנגעהויבן מיט'ן פארכאפן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין טעהראן, אין נאוועמבער 979'. די ראליס קומען פאר יעדעס יאר ווען עס ווערט אפגעצייכנט נאך א יארטאג פון דער אמבאסאדע פארכאפונג, אבער אין די לעצטע פאר יאר זענען די ראליס געווען שיטער, מיט גאר ווייניג באטייליגטע, אלס רעזולטאט פון אן אפגעשוואכטע אנטי-אמעריקאנער סענטימענט ביים איראנער פאלק צוליב וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געזוכט שלום און פרידליכע באציאונגען מיט איראן. די ראלי נעכטן איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די אמבאסאדע פארכאפונג ווערט אפגעצייכנט אונטער טראמפ, וועלכער האט פון די ערשטע מינוט קלארגעשטעלט אז ער וויל צוריקדרייען דעם זייגער, ווייל ער געטרויעט נישט איראן, און דאס האט געברענגט א פרישע מאסן באטייליגונג פון דער איראנער באפעלקערונג ביי דער יערליכער ראלי. דאס איראנער מיליטער האט ביי די נעכטיגע ראלי געצייגט אירע מיסילס, און די רעדעס זענען באשטאנען פון קריטיק קעגן "דעם נארישן טראמפ" פאר'ן פריש זוכן קאנפליקט מיט איראן.

בילד: איראן צייכנט אפ 1979 אמבאסאדע פארכאפונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל