קארעא – א שרעקעדיגע אפשאצונג איז נעכטן ארויסגעקומען פונעם פענטאגאן, וועלכע צייגט אז אויב אמעריקע וועט וועלן באמת פארזיכערן, מיט דער פולסטער קאנפידענץ, אז דער קאמוניסטישער רעזשים אין צפון קארעא האט מער נישט קיין נוקלעארע וואפנס, וועט די איינציגסטע אפציע זיין א מיליטערישע ערד אינוואזיע מיט טויזנטער אמעריקאנער טרופן וועלכע וועלן פיזיש דארפן דורכנישטערן יעדן מייל פון גאנץ צפון קארעא, צו פארזיכערן אז דער רעזשים באהאלט נישט עפעס וואפנס אין בונקערס און אנדערע ערטער. די שרעקעדיגע ווערטער זענען געשריבן געווארן דורכ'ן אמעריקאנער אדמיראל מייקל דומאנט, וועלכער האט דאס געשריבן אין רעאקציע צו א פארלאנג פון צוויי קאנגרעסלייט וועלכע האבן געוואלט וויסן וואס דער פענטאגאן שאצט אפ אויב עס ברעכט אויס א מלחמה צווישן אמעריקע און צפון קארעא, וויאזוי אזא קריג וועט געפירט ווערן, וויפיל זעלנער עס וועלן זיך אויספעלן אריינצושיקן און וויפיל ציווילע פאטאליטעטן אזא מלחמה וועט אפקאסטן. אדמיראל דומאנט שרייבט אז דאס מיליטער האט א פונקטליכן בלו-פרינט וויאזוי אזא קריג וועט געפירט ווערן, און דאס מיליטער איז גרייט עס מיטצוטיילן מיט קאנגרעס אלס קלאסיפיצירטע אינפארמאציע.

בילד: שאצונג: ערד אינוואזיע וויכטיג קעגן צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל