בילד: אומאר אכמעד סאטאר

בארא פארק – אן ערנסטע שרעק הערשט ביי אידישע איינוואוינער אין בארא פארק, נאכדעם וואס א באריכט איז אפירגעקומען אז א נייער איינגעשוואוירענער פייערלעשער אין דער ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט, איז א זון פון א טעראריסט וועלכער האט געצילט אידן. דער פייערלעשער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אומאר אכמעד סאטאר (Omar Ahmed Sattar), דער זון פונעם טעראריסט אכמעד אבעל סאטאר (Ahmed Abdel Sattar), וועלכער זיצט יעצט א 24 יעריגן טורמע טערמין, נאכדעם וואס ער איז דערקלערט געווארן שולדיג אין 2005 אויף קלאגעס אז ער האט געוואלט דורכפירן א סעריע אטאקעס, אריינגערעכנט קעגן אידן.

סאטאר האט געארבעט אונטער'ן איינפלוס פונעם איסלאמישן שעיף אומאר אבדעל ראכמאן (Sheik Omar Abdel Rahman), וועלכער האט אויספלאנירט די 1993 באמבארדירונג אויפ'ן ווארלד טרעיד צענטער, און דער פלאן פון ראכמאן און סאטאר איז געווען אומצוברענגען וואס מער אידן אין ניו יארק. סאטאר'ס זון האט אין אקטאבער גראדואירט פון דער ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט אקאדעמיע, אינאיינעם מיט 279 אנדערע, און ער איז געשטעלט געווארן אין א סטאנציע אין בארא פארק, אין צענטער פון די אידישע געגנטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל