בעלארוס – אין דער שטאט וויטעבסק, אין בעלארוס, האט זיך אין די טעג געעפנט די סאמע ערשטע שוהל אין מער ווי הונדערט יאר. א ספעציעלע פייערונג איז אפגעראכטן געווארן דורך דער אידישער געמיינדע אין וויטעבסק, מיט דער באטייליגונג פון לאקאלע פאליטישאנס און רעגירונג פארשטייער, פאר וועמען מען האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב צוליב וואס זיי האבן א סאך צוגעהאלפן צו בויען די נייע שוהל. דער נייער שוהל אהל דוד שטייט אונטער דער פירערשאפט פונעם שטאטס רב ר' מלכיאל גארגאזש, וועלכער האט קובע געווען א נייע מזוזה און אפגעראכטן פרייליכע געזאנג און טענץ אינדרויסן אויף די גאסן און דערנאך אינעווייניג אינעם שוהל. לעאניד טאמטשין, וועלכער איז דער טשעירמאן פון דער אידישער געמיינדע אין וויטעבסק, האט ארויסגעברענגט אז וויטעבסק איז לאנגע יארן געווען א הערליכע אידישע שטאט, און אז אנהייב פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט איז מער ווי העלפט פון די איינוואוינער אין די שטאט געווען אידן, און עס זענען דארט געווען 64 שוהלן.

בילד: שוהל באנייט אין וויטעבסק, בעלארוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל