וואשינגטאן – ווייטערדיגע אויפדעקונגען קומען ארויס פונעם בוך וואס ווערט אין די טעג פובליצירט דורך די געוועזענע צייטווייליגע פארזיצערן פון דער דעמאקראטישער פארטיי, דאנא ברעזיל. אין דער פרישער אויפדעקונג שרייבט ברעזיל אז זי האט אין די לעצטע מינוט בעפאר דעם דעמאקראטישן קאנווענשאן געקלערט צו מאנעוורירן די נאמינאציע פראצעדורן, און שענקען די נאמינאציע פאר געוועזענעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען. ברעזיל שרייבט אז ווען זי האט געזען וויאזוי דער קלינטאן קאמפיין האט מאניפולירט דעם גאנצן פריימערי פראצעדור צו פארזיכערן אז פרוי קלינטאן געווינט די נאמינאציע, האט דאס איר אזוי אויפגעברויזט, אז זי האט געקלערט צו נאמינירן ביידען, טראץ וואס ביידען האט געהאט קלארגעשטעלט אז ער לויפט נישט פאר פרעזידענט. אנאליסטן האבן געזאגט אז ברעזיל'ס אויפדעקונג איז אביסל מאדנע, ווייל עס צייגט אז נישט נאר וואס זי האט געוואלט טשעפען און איגנארירן די זיבעצן מיליאן דעמאקראטישע פריימערי-וויילער, וואס האבן געשטימט פאר קלינטאן, נאר מיט'ן נאמינירן ביידען, וואלט זי אויך איגנארירט די דרייצן מיליאן דעמאקראטישע פריימערי וויילער וואס האבן געשטימט פאר בערני סענדערס.

בילד: ברעזיל: געקלערט שענקען נאמינאציע פאר ביידען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל