וואשינגטאן – פרא-טראמפ רעפובליקאנער האבן אונטערגענומען אן ערנסטן קאמפיין מיט'ן ציל צו שעדיגן די מאכט פון ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פעדעראלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. ערשטנס האט מען געזען פרייטאג אז דריי רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט ארויסווארפן מוללער פון זיין פאזיציע, און די קאנגרעסלייט זאגן אז מוללער קען לעגאל נישט דינען אלס פראקוראר אויסצופארשן דעם טראמפ קאמפיין, ווייל ער האט א שטיק צייט געדינט אלס עף-בי-איי דירעקטאר אונטער פרעזידענט אבאמא, און דעריבער האט ער א "קאנפליקט אוו אינטערעסט" און איז אויטאמאטיש גענויגט קעגן טראמפ. באזונדער האט מען געהערט פון לאיערס וועלכע ארבעטן פאר פאול מענעפארט, טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן, וועלכער שטייט אויס הארבע פינאנציעלע מיסברויכן קלאגעס אין פעדעראלן געריכט, וואס די לאיערס האבן אריינגעגעבן פארשידענע "מאושענס" און פארלאנגען אין געריכט, צו אונטערמינעווען מוללער'ס מאכט.

בילד: פרואוון אפצושוואכן ראבערט מוללער'ס אויטאריטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל