קענטאקי – דער רעפובליקאנער קענטאקי סענאטאר, רענד פאול, איז נעכטן איבערגעפאלן געווארן, ברענגענדיג אן ערנסטע שרעק אז דאס איז געווען א פאליטיש-געצילטע אטאקע, אבער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען די רעזולטאט פון א געפעכט מיט א שכן. דער איבערפאל האט פאסירט אינעם באולינג גרין געגנט, וואו סענאטאר פאול'ס שכן, אידענטיפיצירט אלס ראנע אלבערט באוטשער, האט זיך עפעס ארומגעקריגט מיט'ן סענאטאר איבער א פראפערטי וועלכע זיי קאנטראלירן אינאיינעם, און באוטשער איז פלוצלינג אריבערגעקומען צו פאול'ס היים און אים אטאקירט. דער סענאטאר איז לייכט פארוואונדעט געווארן און א ווארטזאגער האט באשטעטיגט אז ער איז אין א הונדערט פראצענטיגן גוטן צושטאנד, אבער דער גאנצער אינצידענט האט באנייעט די דעבאטע, צי ס'פעלט זיך אויס צוצושטעלן לייב-וועכטער פאר אלע סענאטארן און קאנגרעסלייט, וואס די טעמע איז בעיקר ארויפגעקומען צום ערשטן מאל פארלאפענעם יוני, נאך דער געצילטער שיסעריי אויף קאנגרעסלייט, פון וועלכע דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס איז ערנסט פארוואונדעט געווארן.

בילד: סענאטאר רענד פאול אטאקירט דורך שכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל