וואשינגטאן – דער אמעריקאנער זעלנער באו בערגדאל איז פרייטאג פאראורטיילט געווארן איבער דעם וואס ער האט דעזערטירט זיין באזע אין אפגאניסטאן און געשטעלט די לעבנס פון אנדערע זעלנער אין געפאר, אבער ער האט נישט באקומען קיין שום טורמע טערמין, נאר אנשטאט וועט ער בלויז ווערן "אומעהרנפול" ארויסגעווארפן פון מיליטער. בערגדאל איז אויסגעשטאנען לעבנסלענגליכע טורמע, און פרעזידענט טראמפ האט זיך געלאזט הערן עטליכע מאל אין לויף פון די לעצטערע מאנאטן אז ער האלט אז בערגדאל דארף באקומען טויט שטראף, אבער למעשה האט דער מיליטערישער ריכטער דזשעפרי נענס אים בלויז באשטראפט ארויסגעווארפן צו ווערן פונעם מיליטער אויף א פארשעמטן פארנעם, וואס איז א פלעק וואס וועט בלייבן אויף זיין רעקארד אויף אייביג. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט מיט גרויס אויפברויז, זאגנדיג אז דער אורטייל איז א "וויץ" און א שאנדע פאר'ן לאנד, אבער מיליטערישע עקספערטן האבן געזאגט אז ריכטער נענס האט ווארשיינליך אריינגענומען אין באטראכט דער פאקט אז בערגדאל איז געווען 5 יאר אונטער טאליבאן פארכאפונג, וואס דארטן האט ער שוין גענוג געליטן.

בילד: אויפברויז איבער באו בערגדאל אורטייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל