סאן פראנציסקא – "ספרינט" און "טי-מאביל" האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ענדגילטיג באשלאסן אז זיי וועלן זיך נישט צוזאמשטעלן אלס איין גרויסע פירמע. שוין א פאר יאר וואס די צוויי טעלעקאמיוניקאציע ריזן פירן געשפרעכן צווישן זיך, אז זיי זאלן זיך צוזאמשטעלן, וואס אויב ווערט דאס ווען א רעאליטעט, וואלט די פירמע פארמאגט מער ווי 130 מיליאן קאסטומערס אין אמעריקע זעלבסט, און וואלטן געווען די דריט-גרעסטע פירמע אונטער "ווערייזאן" און "עי טי ענד טי". "ספרינט" האט באזונדער ארויסגעקוקט אז דער דיעל זאל צושטאנד קומען, וויבאלד אין די לעצטע פאר יאר פלאגט זי זיך זייער שטארק, האבנדיג פארלוירן מיליאנען קאסטומערס צו אירע קאנקורענטן, הויפטזעכטליך ווערייזאן – אבער די געשפרעכן זענען דורכגעפאלן נאכדעם וואס טי-מאביל האט ארויסגעצייגט אן אומוויליגקייט נאכצוגעבן סיי וועלכע פון ספרינט'ס פארלאנגען. קאנסומער עקספערטן זאגן אז דער פאקט אז דער דיעל איז דורכגעפאלן, איז גוטע נייעס פאר קאסטומערס, וויבאלד אזוי וועלן פארבלייבן 4 פירמעס וועלכע וועלן זיך ווייטער ארומרייסן ווער עס קען געבן בעסערע סערוויס און ביליגערע פרייזן פאר די קאסטומערס, וואס אויב וואלטן די צוויי געווען צוזאמגעשטעלט, וואלטן זיי געווען א מעגא-קאמפאני און געטרעטן אויף די קאסטומערס.

בילד:"ספרינט" און "טי-מאביל" וועלן זיך נישט צוזאמשטעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל