ניו יארק – אין ניו יארק סיטי קומט היינט זונטאג פאר דער יערליכער מאראטאן, און אלס רעזולטאט זאל מען דערווארטן פילע פארשלאסענע גאסן, אריינגערעכנט דאס וואס די ווערעזאנא בריק וועט זיין פארשלאסן פון זיבן אזייגער אינדערפרי ביז דריי אזייגער נאכמיטאג. דער מאראטאן קומט אין שאטן פון דער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט פאריגע וואך אויפן וועסט סייד הייוועי, וואו דער טעראריסט סעיפולא סעיפאוו האט אומגעברענגט 8 און פארוואונדעט מער ווי 10 אנדערע, און ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געזאגט אז די פאליציי האט פארשטארקערט די זיכערהייט מאסנאמען לענגאויס דעם גאנצן געפלאנטן רוט פונעם מאראטאן. אין אנדערע נייעס אין פארבינדונג מיט דער טעראר אטאקע, האט מען געזען אן אייסיס "בולעטין" אין וועלכע זיי דערקלערן דעם טעראריסט אלס א "זעלנער פונעם קאליפאט". אויך האט מען נעכטן געהערט פון די שוועסטער פונעם טעראריסט, וואס זי וואוינט נאך אין אוזבעקיסטאן, וועלכע זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געצייגט צייכענעס פון ראדיקאליזאציע, און ס'איז מעגליך אז אנדערע טעראריסטן האבן אים געצוואונגען דורכצופירן די אטאקע און ער האט נישט געהאט קיין ברירה.

בילד: מאראטאן היינט, אין שאטן פון טעראר אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל