סיאטעל – טעכנאלאגיע עקספערטן שטורעמען איבער דעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז "טוויטער" האט זייער א לויזן קאנטראל אויף אירע סיסטעמען, און כמעט יעדער איינציגער ארבעטער האט צוטריט צו די האקעלסטע זאכן. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט פארגאנגענעם דאנערשטאג פארנאכטס, ווען דער טוויטער אקאונט פון פרעזידענט טראמפ, איז געווען פארשוואונדן פאר עלף מינוט. ליבעראלע אקטיוויסטן האבן געיובלט און געפייערט זיג, נאכדעם וואס זיי פרובירן שוין לאנגע מאנאטן צו לייגן דרוק אז טוויטער זאל פארמעקן טראמפ'ס אקאונט, וויבאלד ער פארלעצט די "סייבער טשעפערייען" געזעצן און רעגולאציעס פון טוויטער – אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז טוויטער האט נישט אפיציעל פארמעקט דעם פרעזידענט'ס אקאונט, נאר אן ארבעטער האט דאס געטאן אויף דער אייגענער האנט, זייענדיג אין זיין לעצטן טאג אויפ'ן דזשאב און וועלנדיג אנדרייען עפעס א שפיצל. טוויטער האט פארשפראכן אז זיי נעמען די גאנצע זאך זייער ערנסט און וועלן איינצוימען קאנטראל און צוטריט אויף אירע סיסטעמען, אז נישט יעדער איינציגער ארבעטער וועט קענען טאן אזעלכע זאכן ווי פארמעקן אקאונטס.

בילד: שטורעם איבער טוויטער און טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל