אונגארן – א זעלטענע און מאדנע ליציטאציע איז אפגעהאלטן געווארן אין אונגארן, וואו עס זענען פארקויפט געווארן מאלערייען וואס אן עלעפאנט האט געמאלן מיט דער נאז... די רעדע איז פון אן עלעפאנט ביים נאמען סענדרא, וועלכע איז טייל פון א פאפולערער צירקוס שפיל אין אונגארן, וואס אין די ליידיגע צייט, פארברענגט די עלעפאנט מיט שיסלעך פארב און ליידיגע פאפירן, און פירקלט אן די פאפירן מיט די פארב. אריגינעל האט דער געדאנק פון ליציטירן אזעלכע מאלערייען, געברענגט א שטורעם, ווען צער בעלי חיים'ניקעס האבן געזאגט אז אין אינדיע און אנדערע לענדער זענען דא עלעפאנט אייגנטימער וועלכע צווינגען זייערע עלעפאנטן צו פארבן און דאס איז א צער פאר די עלעפאנטן... אבער פלאריען ריקטער, דער אייגענטומער פון סענדרא, האט באשטעטיגט אז סענדרא טוט דאס פונעם אייגענעם ווילן. די דריי מאלערייען פון סענדרא, האבן זיך פארקויפט פאר פערציג טויזנט פארינטס (150 אמעריקאנער דאלער) יעדעס איינע.

בילד: ווען עלעפאנט מאלערייען ווערן ליציטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל