סטעמפארד הילל – מוצאי שבת אינמיטן די נאכט האבן גנבים זיך פראבירט איין ברעכן און הייזער אויף Lingwood Road אין אויף East Bank. ב״ה ביי ביידע פעלער האבן די איינוואונער פארטריבן דורך מאכן קולות אויפן גנב, פאליציי און שומרים זענען אלאמירט געווארן און ב״ה ביידע איינוואונער האבן געמאכט א פאליס רעפארט, וואס העלפט אז די פאליציי זאל האלטן א בעסערע אויג פאר גנבים און די געגנט.

ווי אויך איז געווען אויף Paget Road א גנב האט זיך איינגעבראכן אין א קאר און ארויסגע׳גנב׳ט א נעוויגעטער מיט נאך ווערטפולע זאכן, שומרים געבן איבער: ״שטענדיג האלטן די קאר אויסגעליידיגט פון ווערטפולע זאכן״.

בילד: גנבים ברעכן זיך איין אין די הייזער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל