טעקסעס – א מאסן שיסעריי איז אנטשטאנען אין טעקסעס, נאכדעם וואס א מענטש האט געעפענט פייער און אומגעברענגט 27 מענטשן און פארוואונדערט נאך 24 מענטשן. די עף בי איי איז אויפן סצענע און פארשן די מאטיוון פון די שיסער, נאכדעם וואס מען האט אומגעברענגט די שיסער.

די אמעריקאנער פרעזידענט וואס איז יעצט אויף זיין רייזע קיין אזיע, האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז ער האלט מיט פון יאפאן אלעס וואס גייט פאר אין טעקסעס. ״די אויבישטער איז מיט ענק, די פאליציי און עף בי איי זענען אויפן פלאץ, און איך האלט דאס מיט פון יאפאן״.

בילד: 27 טויט נאך א שיסעריי און א קירכע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל