גוישען. — "לעגאָלענד" האָט ענדע פאָריגע וואָך אָפיציעל באַשטעטיגט, אַז זי גרייט זיך אויפצובויען אַ ריזיגן פּאַרק אין אָרענדזש–קאַונטי.

"לעגאָלענד" רישט זיך אויף 283 מיליאָן דאָלער אין סעילס–טעקס און האָטעל–טעקס פאַר אָרענדזש–קאַונטי אין לויף פון די קומענדיגע 30 יאָר. גוישען וועט ערהאַלטן אַרום 71 מיליאָן דאָלער פון די גאַסטגעבער קאָמיוניטי אָפּצאָל וואָס "לעגאָלענד" וועט באַצאָלן. די סטעיט וועט אויסגעבן 25 מיליאָן דאָלער צו די 375 מיליאָן דאָלער פּאַרק.

קאַונטי עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז האט געזאָגט, אַז דאָס קען באַדייטן גוטע נייעס פאַר לאָקאַלע שטייער–צאָלער. "איר וועט וואַרשיינליך נישט מוזן הייבן שטייערן פאַר עטליכע–צענדליג יאָרן צוליב דעם; עס איז דאָ אַסאַך אייננאַמעס", האט ער געזאגט.

ניוהאַוז האָט געזאָגט, אַז עס וואָלט נישט געווען שלעכט, אויב די באַזוכער שטעלן זיך אָפּ זיך אומצוקוקן אין די גוישען געגנט, צו גיין איינקויפן און עסן.

"לעגאָלענד" פּלאַנט צו עפענען פאַר'ן גאַנצן 20' סעזאָן, וואָס לויפט פון אַפּריל ביז נאָוועמבער. די פירמע האָפט אָנצוהויבן בויען דעם פּראָיעקט אין די קומענדיגע זעקס חדשים.

אָבער די "נישט–לעגאָלענד" באַוועגונג זאָגט, אַז כאָטש די פירמע האָט אָפּגעהאלטן אַ זיג די פאַרגאַנגענע וואָך מיט'ן מעלדן אַז די פּראָיעקט רוקט זיך פאָראויס, איז דאָס אָבער נאָכנישט אַ פאַרטיגער דיעל.

די פירער פון "נישט–לעגאָלענד" זאָגט, אַז די פירמע האט פיל מער שטרויכלונגען איבערצוקומען איידער זי קען ווייטער גיין, און איר גרופּע האָפט זיי צו בלאָקירן.

"זיי האָבן קיין 'די–אָ–טי' פּערמיטן, קיין 'די–אי–סי' פּערמיטן, די שעדליכע אַפעקטן אויף די ענווייראָמענט צוליב די "אָטערקיל" פון די האָדסאָן–ריווער וועלכע לויפט דורך דעם פּלאַץ, דאָס מיינט אז עס האָט אַסאַך אויפמערקזאַמקייט וואָס דאַרף באַטראַכטונג. איר האָט אויך אַ דאַמבע )דעם( אויף די רעזערוואַר וואָס פאַלט צוזאַמען. די סייט–פּלען איז נישט פולקאָם. זיי האָבן יאָרן ווערד פון זאַכן פאָרנט פון זיך, און מיר האָבן פילע לעגאַלע אַקציעס זיי נאָכצופאָלגן".

בילד: "לעגאָלענד" מעלדעט שוין אָפיציעל בוי פון נייעם פּאַרק אין אָרענדזש–קאַונטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל