גוישען. — מער ווי אַ יאָר נאָכדעם וואָס סוואַסטיקאַס און אַנדערע אַנטיסעמיטישע סימבאָלן זענען אָנגעשפּריצט געוואָרן אויף אַ אידישע סעמעטערי אין דער טאַון–אָוו–וואוירוויק, האָבן פּראָקוראָרן דעם מאָנטאָג געמאָלדן, אַז אַ גרענד–דזשורי האָט אַרויסגעגעבן אַן אינדייטמענט אויף אַן 18 –יעריגער וואוירוויק איינוואוינער, וועלכער ווערט אָנגעקלאָגט אויף קלאַגעס פון פינפטע-גראַד קאָנספּיראַציע אַלס אַ האַס–פאַרברעכן און צוויי קלאַגעס פון פּאַטשקענען מיט פיזישע באַווייזן.
דעם פאַרגאַנגענעם יאר בין כסא לעשור, איז אַנטדעקט געוואָרן אַז עס זענען אָנגעשפּריצט געוואָרן סוואַסטיקאַס און אנדערע אַנטיסעמיטישע סימבאָלן אינדרויסן פון די רעפאָרמער סעמעטערי אויף ספּענקטאַון ראָוד, וואָס געפינט זיך נעבן די אינטערסעקשאן מיט יוניאָן–קאָרנערס ראָוד. די סעמעטערי איז אַפיליאירט מיט די "טעמפּל בית שלום" אין די דערנעבנדיגע טאַון–אָוו–פלאָרידע. דער טעמפּל האָט אויך געמאָלדן דעם אינצידענט צו סטעיט–פּאָליס אין מאָנראָו.
די וואַנדאַלן האָבן אָנגעפירקעלט סוואַסטיקאַס, "הייל היטלער" און די בוכשטאַבן "עס–עס" — וועלכע איז גענוצט געוואָרן אַלס סימבאָל פון די נאַצי–מיליטערישע פּאָליציי — אויף די שטיינערנע וואַנט ביים אַריינגאַנג צו די סעמעטערי. זיי האָבן אָבער נישט געשעדיגט קיין שום מציבה, כאָטש די סעמעטערי איז נישט אַרומגענומען מיט ווענט. די דרויסענדיגע וואַנט קען לייכט אָפּגעוואַשן ווערן.
די קעיס איז אויסגעפאָרשט געוואָרן דורך וואוירוויק טאַון–פּאָליס און די סטעיט–פּאָליס, אַלס אַ האַס–פאַרברעכן, און איז באַצייכנט געוואָרן אַלס אַ הויכע–פּריאָריטעט. דעם פאַרגאנגענעם חודש תשרי איז נאָכאַמאָל אויפגעקומען דער אינצידענט, ווען די באַטרעפנדע אינסטאַנצן האָבן ווידעראַמאָל אַפּעלירט צום פּאָבליק פאַר הילף.
יעצט האָט די אָרענדזש–קאַונטי דיסטריקט אַטוירני אָפיס געמאָלדן, אַז די קלאַגעס זענען אַריינגעגעבן געוואָרן קעגן עריק קאַרבאַנאַראָ, אין אַנטיילנעמען אין אַ קאָנספּיראַציע צו אָנפירקלען אַנטיסעמיטישע סימבאָלן, אַריינגערעכנט סוואַסטיקאַס, די ווערטער "הייל היטלער" און נאַצי "עס–עס" סימבאָלן אויפ'ן "בית שלום" סעמעטערי אויף אָקטאָבער– 9 16 ' פאַרטאָגס.
פּראָקוראָרן זאָגן, אַז די אָנקלאַגעס באַשולדיגן אַז קאַרבאַנאַראָ האָט אויסגעמעקט בילדער און אַנדערע אינפאָרמאַציע אין באַצוג צו די סעמעטערי פארשוועכונגען פון די סעלפאָונס פון צוויי אנדערע מענטשן. פּראָקוראָרן זאָגן, אַז צווישן אָקטאָבער– 9 16' און יוני– 19 17 ' האָט "איינער פון די מיט-קאָנספּיראַטאָרן אויסגעמעקט אַ 'מעמאָ' וואָס לייענט זיך "געהיים אָנגעשפּריצט מיט פּעינט אידישע סעמעטערי און זיך אָפּגעטראָגן דערמיט", ווען ער איז געווען אין קאַרבאַנאַראָ'ס היים.
דיסטריקט–אַטוירני דעיוויד האָוולער האָט דערקלערט אין אַ פּרעסע–רעליעס: "עס איז נישטאָ קיין אָרט פאַר דעם האַספולע שענדונג פון רעליגיעזע פאַרמעגן דאָ אין אָרענדזש–קאַונטי. די אַנטיסעמיטישע סימבאָלן און מעסעדזשעס רעפלעקטירן נישט די ווערדן פון די איבערוויגענדע מערהייט פון אָרענדזש–קאַונטי און וואוירוויק איינוואוינער". ער האָט צוגעגעבן, אַז די אויספאָרשונג גייט אָן ווייטער.
קאַרבאַנאַראָ איז נישט אַרעסטירט געוואָרן, און וועט זיך דאַרפן שטעלן צום אָרענדזש–קאַונטי געריכט.

הוסף רשומת תגובה