פארזעצונג פון די אינטערוויו מיט ר׳ קלמן יעגער, קאנדידאט פאר סיטי קאנסיל אינעם 44סטן דיסטריקט

צווייטע אין די סיריע

פ: עס קומט איצט פאר "שטילע" שטאטישע וואלן. מ'הערט נישט פון קיין קאמפיין, אלע ערוויילטע באאמטע וועלן זיך לייכט אריינגליטשן אין נאך א טערמין. איז דאס גוט פאר די שטאט?

ע: אוודאי איז בעסער ווען עס איז דא א לעבעדיגער קאמפיין, ווען קאנדידאטן דארפן ארומפארן אין די קאמיוניטיס זוכן שטיצע און שטימען, און הערן וואס די קאמיוניטיס פארלאנגען. מ'קען אבער נישט טוישן ווי אזוי עס האט זיך היי יאר אויסגעשטעלט.

פ: אויב אזוי, קען מען דאך דאס זעלבע פרעגן, טאקע איבער אייער קאנדידאטור אז איר האט באקומען די דעמאקראטישע פארטיי נאמינאציע אן קיין פארמעסט?

ע: ריכטיג, אבער איך בין איצט פארוויקעלט אין א גאר העפטיגן קאמפיין.

איך ארבעט טאג און נאכט זיך צו טרעפן זיך מענטשן, צו באקענען זיך און אויסהערן די פראבלעמען און פארלאנגען פון די איינוואוינער אין דעם גרויסן דיסטריקט.

אגב, איז אמאל וויכטיג בלויז אויסצוהערן א מענטש, לאזן יענעם זיך אויסרעדן דאס הארץ, און אפילו אויב מ'האט נישט געקענט פאר יענעם צושטעלן די הילף וואס ער האט געדארפט, שפירט ער זיך א סאך בעסער נאכדעם, אז עמיצער האט כאטש געהערט וואס ער האט צו זאגן און אים פארשטאנען.

איין ביישפיל האב איך געהאט ממש לעצטענס, ווען איינער איז געווען פול מיט טענות. כאטש איך האב זיך געאיילט, בין איך צוגעגאנגען צו דעם מענטש און אים גענומען אויף א זייט און געהערט וואס ער האט צו זאגן. ער האט טאקע פארפירט מיט טענות איבער פארשידענע זאכן, אבער ווען ער האט צו מיר אליין גערעדט האב איך געהערט אז ער האט עטליכע "ספעציעלע קינדער" וואס נויטיגן זיך אין הילף. דאס איז אמת'דיגע צרות, גאר אנדערש ווי טראפיק אויף אושען פארקוועי. נאכ'ן דורכרעדן זיך, איז ער אוועקגעגאנגען אביסל בעסער אויפגעלייגט, און איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז איך האב געקענט העלפן דעם פאר'צרה'טן איד כאטש מיט אויסרעדן זיינע פראבלעמען.

פ: ווי אזוי וועט איר העלפן אין קאמף קעגן די וואס ווילן אונטערגראבן אונזער חינוך?

ע: דאס איז א געפערליכער פראבלעם וואס דורכשניטליכע מענטשן כאפן זיך אפילו נישט ווי ערנסט עס קען ווערן. אלע שטאטישע פאליטישאנס שטייען איצט אוועק פון יענע אונטערהעצער, אבער וואס וועט זיין נאך די וואלן? געדענקט, דער מעיאר לויפט איצט פאר זיין לעצטן טערמין אלס מעיאר, ער קען נישט נאכאמאל לויפן, ער דארף מער נישט קאמפיינען, וועט מען זיין אנגעוויזן אין זיינע באשלוסן ווען ער וועט עס פאסן אן קיין פאליטישע חשבונות.

עמיצער דארף זיין אין סיטי קאונסיל וואס קען באקעמפן יענע שעדליכע עלעמענטן.

איך האב זיך אויסגע'טענה'ט מיט איין פאליטישאן וועלכער איז באאיינדרוקט געווארן פון די טענות אז דער חרדי'שער חינוך שטעלט נישט צו קיין מעגליכקייטן פאר א געהעריגע פרנסה.

איך האב יענעם געזאגט, קוק אויף מיר. איך בין א פראדוקט פון א טראדיציאנאלן חסידישן ישיבה חדר חינוך. דאס האט מיך אבער נישט אפגעהאלטן פון שפעטער שטודירן און ווערן אפילו אן אדוואקאט, און דינען אין הויכע רעגירונג אמטן, און איצט לויפן פאר סיטי קאונסיל מיטגליד.

הערט אויף אטאקירן ישיבות! גלויבט נישט די העצערייען אז אלע תלמידים זענען דורכפאלן. די ישיבה תלמידים באקומען א וואונדערבארן חינוך, און עס איז גענוג אנצואווייזן אז אין קיין שום ישיבה בנין איז נישטא קיין "מעטאל דעטעקטאר" (מעטאל אויפכאפער) ביים אריינגאנג צו דעם בנין אזוי ווי מ'זעט אין די פאבליק סקולס.

פ: צוריקקומענדיג צו האוזינג, וואס איז די עצה? ווי אזוי קען מען בויען מער דירות, אז עס זאל נישט שווערער מאכן דעם איבערגעפולטן מצב אין "הארץ" פון בארא פארק אדער פלעטבוש?

ע: מ'דארף זיך אויסשפרייטן, ברייטער מאכן די גרעניצן.

מ'דארף ריזאונען די בלאקס וואס זענען צ.ב.ש., ביים עק פון בארא פארק, אזוי ווי ביי די 62'טע סטריט. עס איז פאראן דארט בלאקס און בלאקס פון אלטע פאבריקן, זאל מען טוישן די זאונינג צו ערלויבן דארט צו בויען רעזידענץ הייזער. מ'האט עס שוין געטאן ביי די 36'סטע סטריט אויף א געוויסן פארנעם, איצט זאל מען עס טאן אויך אויפ'ן אנדערן עק פון בארא פארק.

פ: וואס טוט זיך מיט דעם בלאק פון די שינעס וואס שניידט דורך בארא פארק, וואס דאס ווערט בכלל נישט גענוצט. איז מעגליך צו בויען דארט, אדער כאטש העכער די שינעס?
ע: דאס איז אונטער די "עם. טי. עי.", א סטעיט אגענטור, און אוודאי דארף מען פארלאנגען אז זיי זאלן דאס ערנסט שטודירן.

פ: ווי אזוי האט אייך די לאנג-יעריגע דינסט אויף אייער קאמיוניטי באורד צוגעגרייט צום סיטי קאונסיל?

ע: עס איז גענוג אנצואווייזן אז אין די 17 יאר וואס איך בין שוין אויפ'ן קאמיוניטי באורד, איז געווען צענדליגער אפליקאציעס פון מוסדות און אנדערע וואס האבן געדארפט זאונינג ענדערונגען, אדער א ספעציפישע ערלויבעניש פאר די אפליקאציע אויסצוקרויזן די אלגעמיינע זאונינג. איך האב נישט קיין ליסטע פון די מוסדות אדער אינדיווידועלע מענטשן וועמען איך האב געהאלפן, אבער איך וועל געבן בלויז איין ביישפיל וואס וועט אייך געבן א בליק פון מיינע אויפטוען אלס קאמיוניטי בארד מיטגליד, וואס איך וועל א סאך מער קענען אויפטאן אין דעם געביט אין סיטי קאונסיל.

א ביהמ"ד אויף די 21'סטע סטריט אין פלעטבוש האט געוואלט עפעס צובויען. א פרוי האט זיך אויפגעשטעלט מיט טענות אז דאס קען שאפן א געפאר פאר אלע איינוואוינער פון יענעם בלאק. איך האב זי א פרעג געטאן וואו זי וואוינט, און עס שטעלט זיך ארויס אז זי האט גאר געוואוינט אויף די 26'סטע סטריט, 5 בלאק ווייט פון יענעם ביהמ"ד! איך האב זי געפרעגט, ווי אזוי ווייסט זי וואס עס טוט זיך אויף יענעם בלאק אז זי באקעמפט די אפליקאציע?

איבריג צו זאגן, די קאמיוניטי האט באשטעטיגט די אפליקאציע פון ביהמ"ד.

דאס איז בלויז איין ביישפיל ווי אזוי איך בין גרייט צו קעמפן ווען נויטיג די וואס טשפען אומ'יושר'דיג מיט אידישע אינטערעסן.

פ: וואס איז געווען דאס בעסטע און וואס איז געווען די גרעסטע אנטוישונג אין וואס איר האט זיך אנגעשטויסן אין לויף פון אייער איצטיגן קאמפיין?

ע: דאס בעסטע איז, די געלעגנהייט צו טרעפן זיך מיט מענטשן, און זען ווי מענטשן וועמען איך קען אפילו  נישט, קומען צו און באגריסן און דריקן אויס האפענונג אז איך זאל קענען לייסטן פאר די קאמיוניטי אין קאונסיל.

מענטשן באדאנקען מיך פאר זאכן וואס איך געדענק אפילו נישט אז איך האב זיי אמאל געהאלפן ביים קאמיוניטי בארד.
די שווערסטע געפילן איז, ווי איך האב פריער געשילדערט, ווען מענטשן קומען צו מיט צרות וואס מאכט זיי פארביטערט, און איך קען זיי ליידער מער נישט ווי שענקען א סימפאטיש אויער, האבענדיג מיטגפיל מיט זייערע פראבלעמען.

עס איז נישטא קיין ענטפער אדער א לייזונג אויף יעדן פראבלעם, אבער בס"ד, מיט'ן באשעפער'ס הילף, האפן מיר צו קענען העלפן סיי פאר כלליות'דיגע פראבלעמען און אויך פאר פריוואטע פראבלעמען, און דאס איז פאר וואס מיר ארבעטן אזוי שווער אינעם קאמפיין, צו באקומען די געלעגענהייט אויפצוטאן, צו העלפן פאר יעדן, און איך באדאנק פון פאראויס יעדן וואס וועט אי"ה שטימען פאר מיר אין די וואלן פון קומענדיגן דינסטאג.

ס'איז וויכטיג זאלן ווי מער מענטשן ארויסגיין שטימען, מ'זאל נישט זאגן אדער טראכטן אז עס איז סיי ווי נישט וויכטיג, עס וועט סיי זיין גענוג שטימען אויך אן מיר. ווי מער שטימען א זיגרייכער קאנדידאט האט, אלץ שטארקער איז ער ביים פארלאנגען הילף און סערוויסעס פאר זיין קאמיוניטי.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל