די ניו יארקער פאליציי האט אין די לעצטע צוויי טעג אנגעהויבן אויסלייגן פרישע צעמענטענע באריקאדעס צווישן די טראטואר און די שאסייען אין צענדליגע ווירבלנדיגע גאסן, אין צוגאב צו הונדערטער אזעלכע באריקאדעס וועלכע זענען שוין אויסגעלייגט איבער די שטאט זינט די טיימס סקווער קאר אטאקע. די באריקאדעס זענען ערמעגליכט געווארן דורך א ספעציעלע זיכערהייטס גרענט וואס סענאטארשע קריסטשין דשילעבראנד האט צוגעשטלט פון וואשינגטאן אין ליכט פון די אטאקע צו קענען פארשטערקערן די זיכערהייטס. דער מעיאר׳ס אפיס אין א א פרעס ריליעס פארעפנטליכט די דעטאלן פון 57 אינטערסעקשאנס וועלכע וועלן ווערן באשיצט דורך די באריקאדעס.

בילד: אין ליכט פון די אטאקע: ניו יארק וועט באקומען 57 פרישע גאסן בלאקאדעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל