א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן אפעווארפן די פארלאנג פון פאול מאנאפארט צו ארויסגיין אויף בעיל, און אנשטאט דעם פארארדנט אז ער דארף בלייבן אונטער הויז ארעסט מיט א עלעקטראנישע מאניטאר צוגעטשעפעט צו זיין פוס. מאנאפארט וועלכער האט געדינט אלס פארזיצער פון די טראמפ קאמפיין ווערט באשולדיגט אין פארשידענע קלאגעס, אריינגערעכנט געלט וואשעריי, און ארבייטן פאר פרעמדע רעגירונג אינטערעסן. דער ריכטער האט געזאגט אז עס איז דא ערנסטע סיבות צו גלויבן אז ער האט די ווילן און מעגליכקייט צו אנטלויפן פון אמעריקע און דעריבער קען ער נישט ווערן ארויסגעלאזט אויף בעיל. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די אויספארשונג ארום די טראמפ קאמפיין גייט ווייטער אן און נעכטן האט נאך א געוועזענער טראמפ קאמפיין באאמטער געמאלדן אז ער קאאפערירט מיט די אויספארשונג, דער באאמטער איז סעם קלאוויס, א ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענט אלס קאנדידאט, ער איז געווען נאמינירט פאר א פאזיציע אין די אדמינסטראציע, אבער האט זיך ארויסגעצויגן וויבאלד ער קאאפערירט יעצט מיט מיולער.

בילד: פאול מאנאפארט פארארדנט צו פארבלייבן אונטער הויז ארעסט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל