אין א פרואוו צו אוועקדרייען די עפנטליכע דעבאטע פון די אויספארשונג ארום רוסלאנד און מעגליכע מיטארבייט מיט די טראמפ קאמפיין האט פרעזידענט טראמפ זיך ארויפגעכאפט אויף די פרישע שטורעם ארום די קאנטראל פון קלינטאן איבער די דעמאקראטישע פארטיי, דאס קומט נאכדעם וואס די געוועזענע פארזיצערין פון די פארטיי דאנע בראזיל האט אין א פרישע בוך געשריבן אז די קלינטאן קאמפיין האט גענצליך געוועלטיגט איבער די דעמאקראטישע פארטיי׳ס הויפטקווארטירן וויבאלד זיי האבן אריינגעברענגט אלע געלטער פאר די פארטיי, פרעזידענט טראמפ האט געשריבן היינט ״פארקרומטע הילערי האט אפגעקויפט די דעמאקראטישע פארטיי, און שפעטער צוגעגנב׳ט די נאמינאציע פון דעם משוגע׳נעם בערני״ און צוגעלייגט אז מען דארף עפענען א פעדעראלע אויספארשונג דערוועגן. טראץ וואס קיינער זאגט נישט אז זי איז באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן דערמיט, נאר עס ווערט באטראכט ווי פאליטיש אומעטיש.

בילד: פרעזידענט טראמפ: אמעריקאנער זענען בארעכטיגט צו עפנטליכע אויספארשונג איבער קלינטאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל