פאר ארום 11 מינוט נעכטן האט דער פרעזידענט פון אמעריקע נישט געהאט קיין צוטריט צו זיין וויכטיגסטע וואפן, נעמליך זיין טוויטער קאנטע, נאכדעם וואס טוויטער האט בלאקירט זיין קאנטע. עס האט שוין אויסגערופן א שטורעם ווען זיינע שטיצער האבן געשימפט דערקעגן און זיינע קעגנער האבן זיך געפרייט, אבער נאך א קורצע צייט האט טוויטער עס צוריק אקטיוויזירט און זיך אנטשולדיגט אויף דעם פעלער, זאגנדיג אז א ארבייטער וועלכער איז געווען אויף די לעצטע טאג פון זיין פאזיציע האט עס געטון אן קיין אויטאריזאציע. דער פרעזידענט האט פארשטייט זיך שפעטער געשריבן אז ״עס מוז זיין אז מיינע ווערטער אויף טוויטער האבן א געוויכט, צוליב דעם האט א ווידערשפעניגער ארבייטער דאס בלאקירט״. מען האט שוין געהערט פון לאנג פון אנטי-טראמפ אקטיוויסטן וועלכע האבן געפאדערט טוויטער זאל אים אויסשפארן וויבאלד ער פארלעצט זייערע רעגולאציעס, אבער די פירמע זאגט אז די קאנטע גייט אריין אין די קאטעגאריע פון ״פאבליק אינטערעסט״ און דעריבער פארמאגט עס אן אויסנאם צו די רעגולאציעס.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה