אין א ספעציעלע צערעמאניע אין לאנדאן צו אפצייכענען 100 יאר זינט די בעלפאר דעקערלאציע האט דער מדינת ישראל פרעמיער ביבי נתניהו אויסגעדריקט אין א רעדע זיין ״באנייעטע האפענונג״ אז מדינת ישראל קען קומען צו א שלום אפמאך מיט די פאלעסטינער, און אויסגעלויבט די טראמפ אדמינסטראציע פאר׳ן נעמען א באלאנסירטע צוגאנג צו די שלום פראצעדור. ער האט אבער נישט געזאגט אויב ער רעדט פון א צוויי-שטאטן לעזונג, אדער פון א אנדערע צוגאנג, ער האט בלויז געזאגט אז עס זענען דא ערנסטע און ״פרישע״ פלענער אויפ׳ן טיש. דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס נתניהו האט געזאגט אז ער וועט נישט פארהאנדלן מיט די פאלעסטינער אויטריטעט אויב זיי ווארפן נישט ארויס כאמאס פון זייער רעגירונג.

בילד: ביבי נתניהו דריקט אויס האפענונג אין באנייעטע שלום געשפרעכן געפירט דורך אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל