די מדינת ישראל רעגירונג האט צוריקגעווארפן א פארלאנג פון די כאמאס טעראר גרופע איר צו שענקן צוטריט צו די טעראר טונעל וואס איר מיליטער האט באמבאדירט די וואך, צו ארוינעמען די קערפער פון די אומגעקומענע טעראר גרופע מיטגלידער, און געזאגט אז זי וועט נאר שענקן אזא צוטריט נאכדעם וואס כאמאס וועט צוריקקערן די קערפער פון צוויי זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די אפעראציעס פון מדינת ישראל אין עזה צוריק אין 2015 און זייערע איבערבלייבענישן ווערן פארהאלטן דורך כאמאס. מדינת ישראל האט אין די זעלבע צייט באשטעטיגט אז די טעראריסטן זענען נישט געווען אין די טונעל אין די צייט פון די באבמאדירונג נאר זענען אריינגעלאפן קוקן וואס האט פאסירט און האבן זיך דערשטיקט פון די כעמיקאלן. אין די זעלבע צייט איז היינט באקאנט געווארן אז די צאל אומגעקומענע טעראריסטן פון די אטאקע שטייט ביי 12 און נישט ביי 8 ווי מען האט פריער געמיינט.

בילד: מדינת ישראל האלט צוריק קערפער פון טעראריסטן אין אויסטויש פאר אירע געפאלענע זעלנער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל