הארט פאר דער אמעריקאנער פרעזידענט רייזט אפ אויף א מיסיע קיין אזיע האט די אנגעצויגנקייט ארום נארט קארעא זיך עטוואס פארארגערט נאכדעם וואס אמעריקאנער מליטערישע פליגער האבן דורכגעפירט מאנעווערעס העכער דרום קארעא, א זאך וואס טוט שטארק אויפברויזן איר שכן צו צפון. די מאנעווערעס איז געווען אומגעפלאנט און איז געווען א ״דריל״ צו רעאגירן צו א נוקלעארע אטאקע, עס האבן זיך דערין באטייליגט אויך פליגערס פון יאפאן און דרום קארעא. די אפיציעלע מידיע קאנאלן פון די רעזשים האבן באשולדיגט אמעריקע און ״אגרעסיווע פראוואקאציס״ און פארשפראכן א רעאקציע. אנאליסטן צייגן אן אז טראץ די ווילדע רעטאריק פון נארט קארעא האבן זיי זיך פאקטיש צוריקגעהאלטן שוין א לענגערע צייט פון דורכפירן פרישע מיסיל פראבעס, די לעצטע פראבע איז פארגעקומען ספעטעמבער 15, און דערווייל איז שוין אריבער די לענגסטע צייט אפשניט דאס יאר וואס זיי האבן נישט דורכגעפירט קיין מיסיל פראבעס.

בילד: אמעריקאנער לופט מאנעווערעס רופט ארויס צארן אין נארט קארעא 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל