יאפאן – רעגירונגען פלאגן זיך אויפצוקומען מיט עצות וויאזוי איינצוצוימען רייכערן. מען וויל עס נישט דערקלערן אומלעגאל, ווייל עס איז אן אונטערהאלטונג וואס מענטשן זענען בארעכטיגט דערצו, אבער אין דער זעלבער צייט שאדט עס פאר'ן געזונט פון דעם וואס רייכערט און פאר זיינע ארומיגע. א גרויסע מארקעטינג פירמע אין טאקיא, יאפאן, איז אבער אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק וויאזוי צו רעדוצירן די צאל רייכערער צווישן אירע ארבעטער, דורכדעם וואס די פירמע שטעלט צו א ספעציעלן באנוס פאר די וועלכע רייכערן נישט, אז זיי וועלן קענען גיין אויף א זעקס טאגיגע וואקאציע און וועלן ווייטער געהעריג באקומען באצאלט. מאטסושימא אינאקי, אן ארבעטער אין דער פירמע, זאגט אז עס האט זייער גוט געארבעט, און 5 ארבעטער האבן אויפגעהערט רייכערן ווייל זיי האבן געוואלט קענען געניסן פון דער וואקאציע.

בילד: א וואקאציע אפצושטעלן רייכערער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל