לאס אנדזשעלעס – ערוואקסענע וועלכע ליידן פון הער-קראפט פארלוסט, קענען געהאלפן ווערן דורכ'ן שפילן ספעציעלע געימס וועלכע זענען געמאכט אויסצושארפן דעם מח. די אינטערעסאנטע אויפדעקונג קומט פון א קליינעם עקספערימענט וואס דאקטער אלען סענע אין לאס אנדזשעלעס האט דורכגעפירט, אין וועלכע ער האט גענומען א גרופע 24 עלטערע לייט, וועלכע האבן די ספעציעלע "אויער מאשינקעס" זיי צו העלפן הערן, און זיי געבעטן צו שפילן יעדע וואך ארום דריי און א האלב שעה די ספעציעלע מח-אויסשארפונג געימס, פאר אכט וואכן אין א צי. בעפאר די אכט וואכן האט ער געטעסט וויאזוי זייער הער-קראפט איז, ווען עס קומט אויסצוהערן וואס איינער זאגט אין א שטוב אנגעפילט מיט אנדערע גערודער, און נאך די אכט וואכן האט ער געמאכט דעם זעלבן טעסט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז זייער הער-קראפט איז פארבעסערט געווארן דראמאטיש. דאקטער סענע זאגט אז ס'איז מעגליך אז די געימס האבן געגעבן פאר זיי מער כח זיך צו קאנצענטרירן, און דעריבער קענען זיי זיך בעסער קאנצענטרירן אויך צו הערן.

בילד: "מוח-געימס" קען העלפן מיט הער-קראפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל