מאנהעטן – א פרישער באריכט צייגט אז דער מעטשעט וואו דער ניו יארק סיטי טעראריסט, סעיפולא סעיפאוו, איז געווען א מיטגליד, איז געווען לאנגע יארן אונטער ניו יארק סיטי פאליציי סורוועילענס. דער מאסזשיד אומאר מעטשעט אין ניו יארק איז נאכגעקוקט געווארן דורך עף-בי-איי אגענטן און ניו יארק סיטי פאליציי אינפארמאנטן, אלס טייל פון א פראגראם וואס די פאליציי האט אנגעפירט צו אויפכאפן טעראר פלענער פון זשיהאדיסטן. דער סורוועילענס פראגראם אויף מעטשעטן איז אפגעשטעלט געווארן דורך מעיאר דעבלאזיא, און יעצט זאגן קריטיקירער אז ווען דעבלאזיא לאזט ווען די סורוועילעינס פראגראם אין קראפט, וואלט מען מעגליך אויפגעכאפט די אטאקע פלענער גענוג באצייטנס. די מוסולמענער געמיינדעס אין ניו יארק און אין ניו דזשערסי האבן טאקע נעכטן געזאגט, אז זיי זענען באזארגט אז די פרישע טעראר אטאקע וועט ברענגען קעגן זיי פרישע פאליציי דרוק און דיסקרימינאציע.

בילד: טעראריסט'ס מעטשעט געווען אונטער סורוועילענס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל