לואיזיאנא – די פעדעראלע רעגירונג און די פירערשאפט פון דער "טעילאר ענערדזשי" אויל פירמע האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן אפשטעלן אלע געריכטליכע פראצעדורן איינער קעגן צווייטן, און וועלן זיך אראפזעצן אויסצוארבעטן א שליכטונג. דער געפעכט צווישן די רעגירונג און די פירמע, שטאמט פון א מאסיוון אויל אויסגוס וואס האט זיך אנגעהויבן אינעם גאלף אוו מעקסיקא ים אין יאר 04' נאכדעם וואס האריקעין אייוואן האט איבערגעדרייט איינס פון די פירמע'ס אויל גראבונג פלאטפארמעס אינעם ים. די פירמע האט פארפעלט צו פאררעכטן דעם ליעק אין איר פלאטפארמע, און רעגירונג סייענטיסטן האבן אין יאר 07' געזען אז דער קוואל ליעקט נאך אלץ ארויס אויל אינעם ים, שאפנדיג ערנסטע ענווייראמענטאלע שאדנס. אין יאר 08' איז די פירמע פארארדענט געווארן אוועקצושטעלן 666 מיליאן דאלאר אין א ספעציעלן אקאונט, צו קענען באצאלן פאר דער אויפרייניגונג און א גרויסע פראצענט פון די געלטער איז טאקע פארנוצט געווארן פאר דעם צוועק. יעצט זאגט די פירמע אז די ארבעט איז פארטיג, און טראץ וואס מען כאפט אויף אויל ארום דער פלאטפארמע, איז עס נישט זייער שולד, און זיי ווילן דעריבער אז די רעגירונג זאל צוריקגעבן די איבריגע 432 מיליאן דאלאר פונעם אקאונט. די פירמע האט געהאט געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג איבער די געלטער, אבער יעצט האט מען זיך געזעצט פאר א שליכטונג.
הוסף רשומת תגובה