וואשינגטאן – נעכטן האט מען ענדליך אנגעהויבן בויען דעם לאנג-דערווארטעטן "אייזענהאוער מעמאריעל" נישט ווייט פון דער קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן די-סי, וואס קומט נאכדעם וואס דער פראיעקט האט זיך פארצויגן לאנגע יארן צוליב פארשידענע סיבות. ערשטנס האט די פאמיליע פונעם געוועזענעם אמעריקאנער פרעזידענט אייזענהאוער געהאט טענות, זאגנדיג אז זיי זענען נישט געווען צופרידן פונעם דעזיין, וואס האט זיך מער קאנצענטרירט איבער אייזענהאוער'ס יוגנט, ווי איבער זיין פרעזידענטשאפט און זיין גלאררייכע מיליטערישע קאריערע, און עקסטער זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט אז דער פלאן פאר'ן מאנומענט איז צו מאסיוו און קאסטבאר, און עס לוינט זיך נישט. מיט א יאר צוריק האט זיך די אייזענהאוער פאמיליע פארגליכן מיט'ן ארכיטעקט פרענק גערי וועלכער האט דעזיינט דעם געדענקמאל, און קאנגרעס האט דאן באשטעטיגט די ענדגילטיגע פלענער פאר'ן געדענקמאל, וועלכע וועט קאסטן ארום 150 מיליאן דאלאר, און נעכטן איז פארגעקומען די צערעמאניע, וואו מען האט געגראבן דאס ערשטע ביסל ערד צו לייגן דעם פונדאמענט.

בילד: אייזענהאוער מעמאריעל אנגעהויבן בויען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל