וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג זאגט אז זיי וועלן אנהייבן לייגן דרוק אויף די גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס אין אמעריקע, אז די פירמעס זאלן בעסער קאאפערירן און ארויסהעלפן די פעדעראלע אויטאריטעטן אין פאל מען וויל ארויסבאקומען עפעס אינפארמאציע. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט דאס געזאגט ביי א רעדע נעכטן אין ניו יארק, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז בלויז אין די לעצטע צוועלף מאנאטן, האבן פעדעראלע אויספארשער געהאט ערנסטע שוועריגקייטן איבער אויפשפארן א צוגעשפארטן סעלפאן פון א פארשוין וועלכער איז אונטער אויספארשונג אדער אונטער ארעסט, און די טעכנאלאגיע פירמעס האבן אפגעווארפן די ביטעס פון דער רעגירונג פאר הילף מיט'ן אויפשפארן די סעלפאנס. איין אזא סארט קעיס, וועלכע האט באקומען גרויס אויפמערקזאמקייט, איז געווען אין יאר 15', ווען דער טעראריסט ריזוואן פארוק און זיין פרוי האבן דורכגעפירט א ברוטאלע טעראר אטאקע שיסעריי אין וועלכע 16 זענען אומגעקומען און 24 זענען פארוואונדעט געווארן. די פעדעראלע באאמטע האבן געלייגט א האנט אויף פארוק'ס סעלפאן, אבער עס איז געווען אויסגעשפארט און די טעכנאלאגיע פירמעס האבן נישט געוואלט העלפן די אויטאריטעטן מיט קיין וועג עס אויפצושפארן.

בילד: רעגירונג וויל מער טעכנאלאגיע צוטריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל