וואשינגטאן – סעם קלאוויס, דער געוועזענער קא-טשעירמאן פון דאנאלד טראמפ'ס קאמפיין, וועמען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט צו דינען אלס הויפט סייענטיסט אינערהאלב דער פעדעראלער אגריקולטור דעפארטמענט, האט נעכטן געמאלדן אז ער ציט זיך ארויס פון דער נאמינאציע. קלאוויס' באשלוס, זיך ארויסצוציען פון דינען אין א הויכער פאזיציע אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע, קומט צוויי טעג נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז קלאוויס קאאפערירט מיט די פעדעראלע פראקורארן וועלכע ארבעטן פאר ראבערט מוללער, דער פירער פון דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. לויט די באריכטן, איז קלאוויס געווען דער וואס האט געגעבן ראט פאר'ן טראמפ קאמפיין ראטגעבער דזשארדזש פאפאדאפולוס איבער וויאזוי ער זאל זיך באגיין ביים קאמיוניקירן מיט די רוסן, און אצינד, אז מוללער'ס אויספארשער האבן אויפגעדעקט אז דאס איז געווען קלאוויס, האבן זיי אים גערופן אויפצוטרעטן פאר א פעדעראלע גרענד דזשורי, און די באריכטן צייגן אז קלאוויס קאאפערירט מיט מוללער און גיט ארויס פארשידענע ווערדפולע שטיקער אינפארמאציע.

בילד: טראמפ-נאמינירטער ציט זיך ארויס צוליב רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל