וואשינגטאן – א שטורעם קאכט זיך אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, נאכדעם וואס די געוועזענע פארזיצערין פון דער פארטיי איז ארויסגעקומען מיט א בוך, אין וועלכע זי רייסט גאר שארף אראפ די פירערשאפט פון דער פארטיי און ספעציפיש פרוי קלינטאן, די געוועזענע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט וועלכע האט פארלוירן צו דאנעלד טראמפ. די געוועזענע פארזיצערין דאנא ברעזיל שרייבט, אז באלד ביים אנהייב פונעם פרעזידענט קאמפיין סעזאן אין 16', איז אן אפמאך געשלאסן געווארן צווישן דער דעמאקראטישער פארטיי פירערשאפט און דער קלינטאן קאמפיין, אז די פארטיי פירער וועלן זיכער מאכן אנצואווענדן אלע כוחות צו בלאקירן קלינטאן'ס דעמאקראטישע קעגנער, א שטייגער ווי בערני סענדערס, צו פארזיכערן אז זי באקומט די נאמינאציע, און אין אויסטויש, וועט דער קלינטאן קאמפיין אויפטרייבן מיליאנען דאלארן צו העלפן דעקן דעם בודזשעט פון דער פארטיי, וועלכע איז אין ערנסטע פינאנציעלע פראבלעמען. ברעזיל איז געווארן אויפגענומען אלס צייטווייליגע פארזיצער פון דער פארטיי, באלד נאכ'ן דעמאקראטישן קאנווענשאן, ווען די דעמאלטדיגע פארזיצערין קאנגרעספרוי וואסערמאן-שולץ האט אפגעטרעטן פלוצלינג.

בילד: דעמאקראטן שטורעמען איבער געוועזענער פארזיצער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל