אמסטערדאם – דער פירער פון דער האלענדישער אפטיילונג פונעם "רויטן קרייץ", האט נעכטן זיך טיף אנטשולדיגט איבער דעם וואס די ארגאניזאציע האט פארפעלט צו באשיצן אידן אין לויף פונעם צווייטן וועלט קריג. די אנטשולדיגונג פון אינגע בראקמאן (Inge Brakman) קומט אלס רעזולטאט פון א באריכט וואס איז פובליצירט געווארן דורך דער אמסטערדאמער "מלחמה אינסטיטוציע", וואס אינעם באריכט ווערט באשולדיגט אז די רויטע קרייץ אין האלאנד האט נישט געטאן גענוג צו העלפן ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל. אלעס אינאיינעם האבן געוואוינט ארום 140 טויזנט אידן אין האלאנד ביים אנהייב פונעם צווייטן וועלט קריג, און בלויז דרייסיג טויזנט פון זיי האבן איבערגעלעבט, ווען ארום הונדערט און צען טויזנט פון זיי זענען געווען איינגעשפארט אינעם "קעמפ וועסטערבארק" לאגער, וואס די נאציס האבן עס אהערגעשטעלט ווי א געשמאקע רעזארט ארט, ביז זיי זענען אלע איין טאג דעפארטירט געווארן צו די נאצישע טויט לאגערן אין אנדערע אייראפעאישע לענדער.

בילד: "רויטע קרייץ" רעדט איבער האלאקאוסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל