קיטוב – מיט זעלטענעם התרגשות איז געווארן אויפגענומען די נייעס, אז עס איז געלונגען צו טרעפן דעם הייל וואו דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע פלעגט זיך גיין מתבודד זיין. א גרופע אידישע פארשער פון דער "הגן הנאה" ארגאניזאציע, האבן זיך אריינגעלייגט מיט צוויי יאר צוריק צו זוכן דעם הייל, וואס לויט די מסורה האט זיך עס געפונען נעבן דער שטאט קיטוב, וואו עס האט געוואוינט דעם הייליגן בעל שם טוב'ס שוואגער, רבי גרשון קיטובער זי"ע, און די פארשער האבן געהערט פון עטליכע עלטערער איינוואוינער, אז זיי האבן נאך געהערט פון זייערע עלטערן, און די עלטערן פון די אור-עלטערן, איבער'ן הייליגן בעל שם טוב וועלכער פלעגט זיך טובל'ען אינעם וויזשענקא טייך און אויך זיך מתבודד זיין אין א הייל וואס געפינט זיך אויסגעגראבן אינעם סאקילסקי בארג אינדרויסן פון קיטוב. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז גאר שווער אנצוקומען צום הייל, וויבאלד מ'דארף דורכגיין א געפארפולן אומאויסגעראטענעם וועג, און דאן איז אריינגעקומען הרב ישראל מאיר גבאי שליט"א, פון "אהלי צדיקים", און האט ערלעדיגט אוועקצושטעלן אן אויסגעטראטענעם וועג. די געפונענע הייליגע מערה שטייט יעצט גרייט פאר באזוכער וועלכע ווילן קומען זען דעם געוואלדיגן מקום קדוש.

בילד: מערת התבודדות פון בעש"ט הקדוש אפגעפונען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל