מאסקווע – א לענגערער באריכט דורך די "אסאשיעטעד פרעס", וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן, צייגט אז די רוסישע העקערייען אין לויף פון די לעצטערע יארן, האבן נישט נאר געצילט זיך אריינצומישן אין די אמעריקאנער וואלן, דורכ'ן אריינהעקן אין די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן, נאר די העקערייען האבן אויך אנגעטראפן פילע הויכראנגיקע אמעריקאנער רעגירונג באאמטע און מיליטערישע באאמטע, און אויסער דעם האבן די העקערס געצילט פארשידענע אויסלענדישע פיגורן איבער דער וועלט.

לויט'ן באריכט, האבן די העקערס, צווישן מערץ יאר 15' און מאי יאר 16', געצילט די אימעיל אקאונטס פונעם דעמאלטדיגן סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי, געוועזענער בוש סעקרעטערי אוו סטעיט קאלין פאועל, דעמאלטדיגער הויפט קאמאנדיר פון נאטא, גענעראל פיליפ ברידלאוו, און געוועזענער גענעראל און פרעזידענט קאנדידאט וועסלי קלארק. אויסער דעם האבן די העקערס געצילט רעגירונג באאמטע אין אוקראינע, גרוזיע און סיריע, און אויך אפאזיציע פיגורן אין רוסלאנד.

בילד: רוסישע העקערייען זענען געווען גלאבאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל