פאקיסטאן – ווי מיר האבן נעכטן באריכטעט, האט די סי-איי-עי פובליצירט נאענט צו א האלב מיליאן דאקומענטן און פיילס וואס די אמעריקאנער נעווי סיעלס האבן קאנפיסקירט ביי זייער אפעראציע אומצוברענגען דעם על קאידא פירער אסאמא בין לאדין אין אבאטעבאד, פאקיסטאן. איבער'ן טאג נעכטן, האט מען געזען פרישע באריכטן איבער וואס די דאקומענטן דעקן אויף, און דאס וויכטיגסטע שטעלט זיך ארויס צו זיין דאס וואס עס ווערט פונדאסניי באשטעטיגט אז דער איראנער רעזשים האט געהאט א לאנגיאריגע צוזאמארבעט און קאאפעראציע מיט על קאידא. אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע האבן שוין לאנג באשולדיגט אז איראן האט שוין געהאלפן על קאידא פון די פריע 990 'ער יארן, און דעריבער איז מעגליך אז על קאידא האט גענוצט איראן'ס הילף און שטיצע אויף צו פלאנירן און אויספירן די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און צווישן די פריש-פובליצירטע דאקומענטן, זעט מען א באריכט פון 19 זייטן, געשריבן דורך על קאידא באאמטע, אין וועלכע זיי דעטאליזירן פארשידענע פינאנציעלע און לאגיסטישע הילף וואס איראן האט צוגעשטעלט פאר זיי, נאך אזוי פרי ווי אין יאר 1991.
הוסף רשומת תגובה