ענגלאנד – אויטאריטעטן אינעם צענטראלן "באנק אוו ענגלאנד" האבן נעכטן געווארנט אז די בריטישע עקאנאמיע וועט ליידן מאסיווע דזשאב פארלוסטן אלס רעזולטאט פונעם ברעקזיט, און ווי נאר דער ברעקזיט וועט זיין באשטעטיגט, און ענגלאנד וועט זיך פאקטיש אפרייסן פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועלן פארלוירן גיין אזויפיל ווי צען טויזנט דזשאבס בלויז אינעם ערשטן טאג. די שרעקעדיגע ווארענונג פונעם "באנק אוו ענגלאנד" איז געשיקט געווארן אין ריכטונג פון דער בריטישער רעגירונג, אין וועלכע די באנק באאמטע זאגן אז ס'איז וויכטיג אז די בריטישע פירשפרעכער זאלן אויסארבעטן א פאסיגן דיעל מיט דעם אייראפעאישן פאראיין, צו פארזיכערן אז די בריטישע עקאנאמיע זאל כאפן וואס ווייניגער א שאק און טרייסל ווי נאר דער ברעקזיט וועט אריינגיין אין אפעקט.

מען האט טאקע שוין געהערט פון פילע גרויסע פינאנציעלע פירמעס וועלכע זאגן אז זיי וועלן פארלאזן לאנדאן נאכ'ן ברעקזיט, א שטייגער ווי לאיד בלענקפיין, הויפט עקזעקוטיוו פון "גאלדמאן סאקס", וואס זאגט אז ער קלערט צו רוקן ריזיגע טיילן פון זיין פירמע ארויס פון לאנדאן און עס איבערפלאנצן אין פראנקפורט, דייטשלאנד.

בילד: ברעקזיט וועט ברענגען דזשאב פארלוסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל